Page 68 - Mlokhim b
P. 68
ְמ ָל ִכים ב
און זײ האָבן געבראַכט צום מלך דעם ענטפֿער.
1און דער מלך האָט געשיקט ,און מע האָט א ַײנגעזאַמלט צו
אים אַלע עלטסטע פֿון יהוּדה און ירושלים 2 .און דער מלךכג
איז אַרױפֿגעגאַנגען אין הױז פֿון גאָט ,און אַלע מענער פֿון יהוּדה און
אַלע באַװױנער פֿון ירושלים מיט אים ,און די כּהנים ,און די נבֿיאים,
און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון קלײן ביז גרױס .און ער האָט געלײענט
אין זײערע אױערן אַלע װערטער פֿון דעם בוך פֿון בונד װאָס איז
געפֿונען געװאָרן אין הױז פֿון גאָט 3 .און דער מלך האָט זיך
געשטעלט אױף אַ בימה ,און ער האָט געשלאָסן אַ בונד פֿאַר גאָט,
צו גײן נאָך גאָט ,און צו היטן ז ַײנע געבאָט און ז ַײנע אָנזאָגן און ז ַײנע
געזעצן מיטן גאַנצן האַרצן און מיט דער גאַנצער זעל ,מקיים צו ז ַײן
די װערטער פֿון דעם דאָזיקן בונד װאָס שטײען געשריבן אין דעם
דאָזיקן בוך .און דאָס גאַנצע פֿאָלק איז צוגעשטאַנען צו דעם בונד.
4און דער מלך האָט באַפֿױלן ִחל ִקָיהו דעם כּהן-גדול ,און די אונטער-
כּהנים ,און די שװעלהיטערס ,אַרױסצוטראָגן פֿון דעם טעמפּל פֿון
גאָט אַלע כּלים װאָס ז ַײנען געמאַכט געװאָרן פֿאַר ַב ַעל ,און פֿאַר דער
אַ ֵש ָרה ,און פֿאַר דעם גאַנצן חיל פֿון הימל; און ער האָט זײ
פֿאַרברענט דרױסן פֿון ירושלים אין די פֿעלדער פֿון ִקדרון ,און האָט
אַװעקגעטראָגן זײער אַש קײן ֵביתֵ -אל 5 .און ער האָט אָפּגעשאַפֿט די
פּריסטער װאָס די מלכים פֿון יהוּדה האָבן אױפֿגעזעצט ,און װאָס
האָבן גערײכערט אױף די ָבמות ,אין די שטעט פֿון יהוּדה און אין די
אַרומיקע ערטער פֿון ירושלים; און די װאָס האָבן גערײכערט צו
ַב ַעל ,צו דער זון ,און צו דער לבֿנה ,און צו די מזלות ,און צום גאַנצן
חיל פֿון הימל 6 .און ער האָט אַרױסגעטראָגן די אַ ֵש ָרה פֿון דעם הױז
פֿון גאָט דרױסן פֿון ירושלים צום ט ַײך ִקדרון ,און האָט זי פֿאַרברענט
ב ַײם ט ַײך ִקדרון ,און צעמאָלן אױף שטױב ,און צעװאָרפֿן איר שטױב
אױף די קבֿרים פֿון די קינדער פֿון פֿאָלק 7 .און ער האָט צעבראָכן די
ה ַײזער פֿון די שאַנדמענער װאָס אין הױז פֿון גאָט ,װאָס די װ ַײבער
פֿלעגן דאָרטן װעבן צודעקן פֿאַר דער אַ ֵש ָרה 8 .און ער האָט
צונױפֿגעבראַכט אַלע כּהנים פֿון די שטעט פֿון יהוּדה ,און האָט
פֿאַראומרײניקט די ָבמות װאָס די כּהנים האָבן דאָרטן גערײכערט,
פֿון ֶגבֿע ביז ב ֵארֶ -שבֿע; און ער האָט צעבראָכן די ָבמות פֿון די טױערן