Page 73 - Mlokhim b
P. 73
ְמ ָל ִכים ב
אָנגעפֿילט ירושלים מיט אומשולדיק בלוט; און גאָט האָט ניט
געװאָלט פֿאַרגעבן.
5און די איבעריקע זאַכן װעגן יהוָיקימען ,און אַלץ װאָס ער האָט
געטאָן ,דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון
די מלכים פֿון יהוּדה.
6און יהוָיקים האָט זיך געלײגט מיט ז ַײנע עלטערן ,און ז ַײן זון
יהוָֹיכין איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט.
7און דער מלך פֿון מצרים איז מער װידער ניט אַרױסגעגאַנגען פֿון
ז ַײן לאַנד ,װאָרום דער מלך פֿון ָבבֿל האָט צוגענומען ,פֿון דעם באַך
פֿון מצרים ביז דעם ט ַײך פּרת ,אַלץ װאָס געהערט צום מלך פֿון
מצרים.
8אַכצן יאָר איז יהוָֹיכין אַלט געװען ,אַז ער איז געװאָרן מלך ,און
דר ַײ חדשים האָט ער געקיניגט אין ירושלים און דער נאָמען פֿון ז ַײן
מוטער איז געװען נחוּשתּאָ די טאָכטער פֿון ֶאלָנ ָתנען ,פֿון ירושלים.
9און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט ,אַזױ
װי אַלץ װאָס ז ַײן פֿאָטער האָט געטאָן.
10אין יענער צ ַײט ז ַײנען די קנעכט פֿון נבֿו ַכדֶנא ַצר דעם מלך פֿון
ָבבֿל אַרױפֿגעגאַנגען אױף ירושלים ,און די שטאָט איז געקומען אין
באַלעגערונג 11 .און נבֿו ַכדֶנא ַצר דער מלך פֿון ָבבֿל איז געקומען אױף
דער שטאָט ,בעת ז ַײנע קנעכט האָבן געלעגערט אױף איר.
12איז יהוָֹיכין דער מלך פֿון יהוּדה אַרױסגעגאַנגען צו דעם מלך פֿון
ָבבֿל ,ער ,און ז ַײן מוטער ,און ז ַײנע קנעכט ,און ז ַײנע האַרן ,און ז ַײנע
הױפֿדינער; און דער מלך פֿון ָבבֿל האָט אים אַװעקגענומען אין אַכטן
יאָר פֿון ז ַײן מלוכה.
13און ער האָט אַרױסגעצױגן פֿון דאָרטן אַלע אוֹצרות פֿון גאָטס
הױז ,און די אוֹצרות פֿון מלכס הױז; און ער האָט צעהאַקט אַלע
גילדערנע כּלים װאָס שלמה דער מלך פֿון ישׂראל האָט געמאַכט אין
דעם טעמפּל פֿון גאָט -אַזױ װי גאָט האָט אָנגעזאָגט 14 .און ער האָט
פֿאַרטריבן גאַנץ ירושלים ,און אַלע האַרן ,און אַלע העלדישע