Page 76 - Mlokhim b
P. 76

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫‪ 18‬און דער הױפּט פֿון דעם ל ַײב‪-‬חיל האָט גענומען שׂ ָרָיה דעם כּהן‪-‬‬
‫גדול‪ ,‬און צפֿנָיה דעם צװײטן כּהן‪ ,‬און די דר ַײ שװעלהיטערס; ‪ 19‬און‬
‫פֿון שטאָט האָט ער גענומען אײן הױפֿדינער װאָס איז געװען דער‬
‫אױפֿזעער איבער די מלחמה‪-‬ל ַײט‪ ,‬און פֿינף מענער פֿון די װאָס‬
‫פֿלעגן זען דעם מלכס פּנים‪ ,‬װאָס האָבן זיך געפֿונען אין שטאָט‪ ,‬און‬
‫דעם שר ַײבער פֿון דעם חיל‪-‬פֿירער װאָס האָט אױפֿגענומען אין חיל‬
‫דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד‪ ,‬און זעכציק מאַן פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד‬
‫װאָס האָבן זיך געפֿונען אין שטאָט‪ 20 .‬און נבֿוַזראַ ָדן דער הױפּט פֿון‬
‫דעם ל ַײב‪-‬חיל האָט זײ גענומען‪ ,‬און האָט זײ אַװעקגעפֿירט צו דעם‬
‫מלך פֿון ָבבֿל קײן ִרבֿ ָלה‪ 21 .‬און דער מלך פֿון ָבבֿל האָט זײ געשלאָגן‬
‫און געטײט אין ִרבֿ ָלה אין לאַנד ַחמת‪ .‬אַזױ איז יהוּדה אַװעק אין‬

                                                    ‫גלות פֿון ז ַײן לאַנד‪.‬‬

‫‪ 22‬און דאָס פֿאָלק װאָס איז געבליבן אין לאַנד יהוּדה‪ ,‬װאָס‬
‫נבֿו ַכדֶנא ַצר דער מלך פֿון ָבבֿל האָט איבערגעלאָזן‪ -‬איבער זײ האָט ער‬

         ‫אױפֿגעזעצט ג ַדלָיהו דעם זון פֿון אַחי ָקם דעם זון פֿון ָשפֿנען‪.‬‬

‫‪ 23‬און װי אַלע הױפּטל ַײט פֿון חיל‪ ,‬זײ מיט די מענטשן‪ ,‬האָבן‬
‫געהערט‪ ,‬אַז דער מלך פֿון ָבבֿל האָט אױפֿגעזעצט ג ַדלָיהון‪ ,‬אַזױ ז ַײנען‬
‫זײ געקומען צו ג ַדלָיהון קײן ִמצ ָפּה‪ :‬און ִיש ָמ ֵעאל דער זון פֿון נ ַתנָיהן‪,‬‬
‫און יוֹ ָחנן דער זון פֿון ָק ֵר ַחן‪ ,‬און שׂ ָרָיה דער זון פֿון ַתּנחוּמתן‪ ,‬פֿון‬
‫נטוֹפֿה‪ ,‬און ַיאַזנָיהוּ דער זון פֿון דעם ַמ ַע ָכתי‪ ,‬זײ מיט זײערע‬
‫מענטשן‪ 24 .‬און ג ַדלָיהו האָט געשװאָרן זײ און זײערע מענטשן‪ ,‬און‬
‫האָט צו זײ געזאָגט‪ :‬איר זאָלט ניט מורא האָבן פֿאַר די קנעכט פֿון די‬
‫ַכּשׂדים; זיצט אין לאַנד‪ ,‬און דינט דעם מלך פֿון ָבבֿל‪ ,‬און א ַײך װעט‬

                                                                ‫גוט ז ַײן‪.‬‬

‫‪ 25‬אָבער עס איז געװען אין זיבעטן חודש‪ ,‬איז געקומען ִיש ָמ ֵעאל‬
‫דער זון פֿון נ ַתנָיה דעם זון פֿון ֶאלי ָש ָמען‪ ,‬פֿון קיניגלעכן אָפּשטאַם‪,‬‬
‫און צען מענטשן מיט אים‪ ,‬און זײ האָבן געשלאָגן ג ַדלָיהון‪ ,‬און ער‬
‫איז געשטאָרבן; אױך די יהודהער און די ַכּשׂדים װאָס ז ַײנען געװען‬
‫מיט אים אין ִמצ ָפּה‪ 26 .‬און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿון קלײן ביז גרױס‪,‬‬
‫און די הױפּטל ַײט פֿון חיל‪ ,‬ז ַײנען אױפֿגעשטאַנען און ז ַײנען אַװעק‬

          ‫קײן מצרים‪ ,‬װאָרום זײ האָבן מורא געהאַט פֿאַר די ַכּשׂדים‪.‬‬
   71   72   73   74   75   76   77   78   79