Page 75 - Mlokhim b
P. 75

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫מלך[ איז אַװעק מיטן װעג פֿון פּלױן‪ 5 .‬אָבער דער חיל פֿון די ַכּשׂדים‬
‫האָט נאָכגעיאָגט דעם מלך‪ ,‬און זײ האָבן אים אָנגעיאָגט אין די‬
‫פּלױנען פֿון יריחו; און ז ַײן גאַנצער חיל איז צעלױפֿן פֿון אים‪ 6 .‬און‬
‫זײ האָבן געכאַפּט דעם מלך‪ ,‬און האָבן אים אַרױפֿגעבראַכט צום מלך‬
‫פֿון ָבבֿל קײן ִרבֿ ָלה; און מע האָט אַרױסגעזאָגט אױף אים אַ משפּט‪.‬‬
‫‪ 7‬און ִצד ִקָיהוס זין האָט מען געשאָכטן פֿאַר ז ַײנע אױגן; און‬
‫ִצד ִקָיהוס אױגן האָט ער בלינד געמאַכט‪ ,‬און ער האָט אים געשמידט‬

                          ‫אין קופּערנע קײטן‪ ,‬און געבראַכט קײן ָבבֿל‪.‬‬

‫‪ 8‬און אין פֿינפֿטן חודש‪ ,‬אין זיבעטן טאָג פֿון חודש‪ -‬דאָס איז דאָס‬
‫נ ַײנצנטע יאָר פֿון מלך נבֿו ַכדֶנא ַצר דעם מלך פֿון ָבבֿל‪ -‬איז געקומען‬
‫נבֿוַזראַ ָדן דער הױפּט פֿון דעם ל ַײב‪-‬חיל‪ ,‬דער קנעכט פֿון דעם מלך‬
‫פֿון ָבבֿל‪ ,‬קײן ירושלים‪ 9 .‬און ער האָט פֿאַרברענט דאָס הױז פֿון גאָט‪,‬‬
‫און דאָס הױז פֿון מלך; אױך אַלע ה ַײזער פֿון ירושלים‪ ,‬װוּ נאָר אַ הױז‬
‫פֿון אַ גרױסן מאַן‪ ,‬האָט ער פֿאַרברענט אין פֿ ַײער‪ 10 .‬און די מױערן‬
‫פֿון ירושלים רונד אַרום האָט דער גאַנצער חיל פֿון די ַכּשׂדים װאָס‬
‫מיט דעם הױפּט פֿון דעם ל ַײב‪-‬חיל א ַײנגעװאָרפֿן‪ 11 .‬און דעם רעשט‬
‫פֿון פֿאָלק װאָס איז געבליבן אין שטאָט‪ ,‬און די אַריבערגעלאָפֿענע‬
‫װאָס ז ַײנען אַריבערגעלאָפֿן צו דעם מלך פֿון ָבבֿל‪ ,‬און דעם רעשט‬
‫פֿון המון‪ ,‬האָט נבֿוַזראַ ָדן דער הױפּט פֿון דעם ל ַײב‪-‬חיל איבערגעלאָזן‬

                             ‫פֿאַר װ ַײנגערטנירער און פֿאַר אַקערל ַײט‪.‬‬

‫‪ 13‬און די קופּערנע ז ַײלן װאָס אין הױז פֿון גאָט‪ ,‬און די געשטעלן‪,‬‬
‫און דעם קופּערנעם ים װאָס אין הױז פֿון גאָט‪ ,‬האָבן די ַכּשׂדים‬
‫צעבראָכן‪ ,‬און אַװעקגעטראָגן דאָס קופּער דערפֿון קײן ָבבֿל‪ 14 .‬אױך‬
‫די טעפּ‪ ,‬און די שופֿלען‪ ,‬און די שנײצמעסערס‪ ,‬און די שאָלן‪ ,‬און‬
‫אַלע קופּערנע כּלים װאָס מע פֿלעגט דינען מיט זײ‪ ,‬האָבן זײ‬
‫צוגענומען‪ 15 .‬אױך די פֿ ַײערפֿאַנען‪ ,‬און די שפּרענגבעקנס‪ ,‬װאָס‬
‫גאָלד‪ ,‬גאָלד‪ ,‬און װאָס זילבער‪ ,‬זילבער‪ ,‬האָט דער הױפּט פֿון דעם‬
‫ל ַײב‪-‬חיל צוגענומען‪ 16 .‬די צװײ ז ַײלן‪ ,‬דעם אײן ים‪ ,‬און די געשטעלן‪,‬‬
‫װאָס שלמה האָט געמאַכט פֿאַר גאָטס הױז‪ -‬דאָס קופּער פֿון אַלע די‬
‫דאָזיקע כּלים איז ניט געװען אָפּצוּװעגן‪ 17 .‬אַכצן אײלן איז געװען די‬
‫הײך פֿון אײן ז ַײל און אַ קופּערנע קרױן איז געװען אױף אים; און די‬
‫הײך פֿון דער קרױן איז געװען דר ַײ אײלן; און אַ נעצװערק פֿון‬
‫מילגרױמען ז ַײנען געװען אױף דער קרױן רונד אַרום‪ ,‬אַלץ פֿון‬

      ‫קופּער;און דעס גל ַײכן צום צװײטן ז ַײל‪ ,‬איבער דעם נעצװערק‪.‬‬
   70   71   72   73   74   75   76   77   78   79