Page 74 - Mlokhim b
P. 74

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫ִגבורים‪ ,‬צען טױזנט געפֿאַנגענע‪ ,‬און אַלע מ ַײנסטערס און‬
‫שלעסערס; קײנער איז ניט געבליבן אחוץ די אָרימסטע פֿון דעם‬
‫פֿאָלק פֿון לאַנד; ‪ 15‬און ער האָט פֿאַרטריבן יהוָֹיכינען קײן ָבבֿל; אױך‬
‫דעם מלכס מוטער‪ ,‬און דעם מלכס װ ַײבער‪ ,‬און ז ַײנע הױפֿדינער‪ ,‬און‬
‫די פֵּני פֿון לאַנד‪ ,‬האָט ער אַװעקגעפֿירט אין גלות פֿון ירושלים קײן‬
‫ָבבֿל‪ 16 .‬און אַלע חילס‪-‬ל ַײט‪ ,‬זיבן טױזנט‪ ,‬און די מ ַײנסטערס און די‬
‫שלעסערס‪ ,‬טױזנט‪ ,‬אַלע‪ִ ,‬גבורים װאָס טױגן צו מלחמה‪ ,‬זײ האָט‬

                       ‫דער מלך פֿון ָבבֿל געבראַכט אין גלות קײן ָבבֿל‪.‬‬

‫‪ 17‬און דער מלך פֿון ָבבֿל האָט געמאַכט פֿאַר מלך אָנשטאָט אים ז ַײן‬
   ‫פֿעטער ַמ ַתּנָיהן‪ ,‬און ער האָט אומגעביטן ז ַײן נאָמען אױף ִצד ִקָיהו‪.‬‬

‫‪ 18‬אײן און צװאַנציק יאָר איז ִצד ִקָיהו אַלט געװען‪ ,‬אַז ער איז‬
‫געװאָרן מלך‪ ,‬און עלף יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים‪ .‬און דער‬
‫נאָמען פֿון ז ַײן מוטער איז געװען ַחמו ַטל די טאָכטער פֿון ִירמָיהון‪,‬‬

                                                              ‫פֿון ִלבָֿנה‪.‬‬

‫‪ 19‬און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט‪ ,‬אַזױ‬
‫װי אַלץ װאָס יהוָיקים האָט געטאָן‪ 20 .‬פֿאַר װאָר‪ ,‬פֿון װעגן דעם‬
‫צאָרן פֿון גאָט איז דאָס געשען אױף ירושלים און יהוּדה‪ ,‬ביז ער‬

                                 ‫האָט זײ אַװעקגעװאָרפֿן פֿון ז ַײן פּנים‪.‬‬

             ‫און ִצד ִקָיהו האָט װידערשפּעניקט אָן דעם מלך פֿון ָבבֿל‪.‬‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען אין נ ַײנטן יאָר פֿון ז ַײן מלוכה‪ ,‬אין‬

‫צענטן חודש‪ ,‬אין צענטן טאָג פֿון חודש‪ ,‬איז געקומערןכה‬

‫נבֿו ַכדֶנא ַצר דער מלך פֿון ָבבֿל‪ ,‬ער און ז ַײן גאַנצער חיל‪ ,‬אױף‬
‫ירושלים‪ ,‬און ער האָט געלעגערט אױף איר‪ ,‬און זײ האָבן געבױט‬
‫באַלעגערװערק רונד אַרום איר‪ 2 .‬און די שטאָט איז געװען אין‬
‫באַלעגערונג ביזן עלפֿטן יאָר פֿון מלך ִצד ִקָיהו‪ 3 .‬אין נ ַײנטן טאָג פֿון‬
‫]פֿירטן[ חודש האָט זיך געשטאַרקט דער הונגער אין שטאָט‪ ,‬און עס‬
‫איז ניט געװען קײן ברױט פֿאַר דעם פֿאָלק פֿון לאַנד‪ 4 .‬און די שטאָט‬
‫איז א ַײנגעבראָכן געװאָרן‪ ,‬און אַלע מלחמה‪-‬ל ַײט ]ז ַײנען אַנטלאָפֿן[‬
‫ב ַײ נאַכט דורך דעם טױער צװישן די צװײ מױערן װאָס ב ַײם מלכס‬
‫גאָרטן‪ -‬און די ַכּשׂדים ז ַײנען געװען רונד אַרום דער שטאָט‪ -‬און ]דער‬
   69   70   71   72   73   74   75   76   77   78   79