Page 69 - Mlokhim b
P. 69
ְמ ָל ִכים ב
װאָס ב ַײם טױערא ַײנגאַנג פֿון יהושוע דעם שטאָטהאַר ,װאָס אױף
דער לינקער ז ַײט פֿון דעם װאָס קומט אַר ַײן אין שטאָטטױער9 .
אָבער די כּהנים פֿון די ָבמות ז ַײנען ניט אַרױפֿגעגאַנגען צום מזבח
פֿון גאָט אין ירושלים; נ ַײערט זײ האָבן געגעסן דאָס אומגעז ַײערטע
ברױט צװישן זײערע ברידער.
10און ער האָט פֿאַראומרײניקט תּוֹפֿת װאָס אין טאָל פֿון בןִ -הנום,
אַז קײנער זאָל ניט מאַכן דורכגײן ז ַײן זון אָדער ז ַײן טאָכטער דורכן
פֿ ַײער צו מוֹ ֶלך 11 .און ער האָט אָפּגעשאַפֿט די פֿערד װאָס די מלכים
פֿון יהוּדה האָבן געגעבן צו דער זון ב ַײם א ַײנגאַנג פֿון דעם הױז פֿון
גאָט ,לעבן דער קאַמער פֿון ְנ ַתן-מלך דעם הױפֿדינער ,װאָס אין די
פֿאָרהױפֿן; און די ר ַײטװעגן פֿון דער זון האָט ער פֿאַרברענט אין
פֿ ַײער 12 .און די מזבחות װאָס אױפֿן דאַך פֿון אָ ָחזעס אױבערשטוב,
װאָס די מלכים פֿון יהוּדה האָבן געמאַכט ,און די מזבחות װאָס
מנשה האָט געמאַכט אין בײדע הױפֿן פֿון גאָטס הױז ,האָט צעבראָכן
דער מלך און צעהאַקט פֿון דאָרטן ,און אַר ַײנגעװאָרפֿן זײער שטױב
אין ט ַײך ִקדרון 13 .אױך די ָבמות װאָס פֿאַר ירושלים ,װאָס אױף דער
רעכטער ז ַײט פֿון דעם באַרג פֿון פֿאַרדאַרבער ,װאָס שלמה דער מלך
פֿון ישׂראל האָט געבױט צו עשתּוֹרות ,דער אומװערדיקײט פֿון די
צידונים ,און צו ָכּמוש ,דער אומװערדיקײט פֿון מואָבֿ ,און צו
ִמלכּום ,דער אומװערדיקײט פֿון די קינדער פֿון עמון ,האָט דער מלך
פֿאַראומרײניקט 14 .און ער האָט צעבראָכן די ז ַײלשטײנער ,און
אָפּגעהאַקט די געצנבײמער ,און אָנגעפֿילט זײער אָרט מיט בײנער
פֿון מענטשן.
15און אױך דעם מזבח װאָס אין ֵביתֵ -אל ,די ָב ָמה װאָס ָי ָרבֿ ָעם דער
זון פֿון נבֿטן װאָס האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל ,האָט געמאַכט ,אױך
יענעם מזבח און די ָב ָמה האָט ער צעבראָכן; און ער האָט
פֿאַרברענט די ָב ָמה ,און צעמאָלן אױף שטױב; און ער האָט
פֿאַרברענט די אַ ֵש ָרה.
16און װי יֹא ִשָיהו האָט זיך אומגעדרײט ,אַזױ האָט ער געזען די
קבֿרים װאָס דאָרטן אױפֿן באַרג ,און ער האָט געשיקט ,און האָט
אַרױסגענומען די בײנער פֿון די קבֿרים ,און פֿאַרברענט אױפֿן מזבח,
און האָט אים פֿאַראומרײניקט ,אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס