Page 64 - Mlokhim b
P. 64

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫אױסדערװײלט פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל‪ ,‬װעל איך טאָן מ ַײן‬
‫נאָמען אױף אײביק‪ 8 ,‬און איך װעל מער ניט פֿאַרװאָגלען דעם פֿוס‬
‫פֿון ישׂראל פֿון דער ערד װאָס איך האָב געגעבן זײערע עלטערן‪ ,‬אױב‬
‫זײ װעלן נאָר היטן צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס איך האָב זײ באַפֿױלן‪,‬‬
‫און לױט דער גאַנצער תּורה װאָס מ ַײן קנעכט משה האָט זײ‬
‫באַפֿױלן‪ 9 .‬אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט; און מנשה האָט זײ‬
‫פֿאַרפֿירט צו טאָן מער שלעכטס װי די פֿעלקער װאָס גאָט האָט‬

                          ‫פֿאַרטיליקט פֿון פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 10‬און גאָט האָט גערעדט דורך ז ַײנע קנעכט די נבֿיאים‪ ,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ 11 :‬װ ַײל מנשה דער מלך פֿון יהוּדה האָט געטאָן די דאָזיקע‬
‫אומװערדיקײטן‪ ,‬איז באַגאַנגען ערגערס װי אַלץ װאָס די אמורים‬
‫װאָס פֿאַר אים האָבן געטאָן‪ ,‬און האָט אױך געמאַכט זינדיקן יהוּדה‬
‫מיט ז ַײנע אָפּגעטער‪ 12 ,‬דרום האָט אַזױ געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון‬
‫ישׂראל‪ :‬זע‪ ,‬איך ברענג אַן אומגליק אױף ירושלים אין יהוּדה‪ ,‬אַז‬
‫איטלעכער װאָס הערט עס‪ ,‬װעלן קלינגען ז ַײנע בײדע אױערן‪ 13 .‬און‬
‫איך װעל צִיען אױף ירושלים די מעסטשנור פֿון שומרון‪ ,‬און די‬
‫װאָגשנור פֿון אַחאבֿס הױז; און איך װעל אױסװישן ירושלים‪ ,‬אַזױ װי‬
‫מע װישט אױס אַ שיסל‪ ,‬אױסגעװישט און אומגעקערט אױף איר‬
‫פּנים‪ 14 .‬און איך װעל אַװעקװאַרפֿן דעם איבערבל ַײב פֿון מ ַײן אַרב‪,‬‬
‫און װעל זײ געבן אין דער האַנט פֿון זײערע פֿ ַײנט‪ ,‬און זײ װעלן ז ַײן‬
‫צו רױב און צו אױסרױבונג פֿאַר אַלע זײערע פֿ ַײנט‪ 15 .‬װ ַײל זײ האָבן‬
‫געטאָן װאָס איז שלעכט אין מ ַײנע אױגן‪ ,‬און האָבן מיך‬
‫דערצערנט פֿון דעם טאָג װאָס זײערע עלטערן ז ַײנען אַרױסגעגאַנגען‬

                               ‫פֿון מצרים און ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג‪.‬‬

‫‪ 16‬און אױך אומשולדיק בלוט האָט מנשה פֿאַרגאָסן זײער פֿיל‪ ,‬ביז‬
‫ער האָט אָנגעפֿילט ירושלים פֿון עק צו עק; אחוץ ז ַײן זינד װאָס ער‬
‫האָט געמאַכט זינדיקן יהוּדה‪ ,‬צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן‬

                                                               ‫פֿון גאָט‪.‬‬

‫‪ 17‬און די איבעריקע זאַכן װעגן מנשהן‪ ,‬און אַלץ װאָס ער האָט‬
‫געטאָן‪ ,‬און ז ַײן זינד װאָס ער האָט געזינדיקט‪ ,‬דאָס איז שױן‬

   ‫באַשריבן אין בוך פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה‪.‬‬
   59   60   61   62   63   64   65   66   67   68   69