Page 60 - Mlokhim b
P. 60
ְמ ָל ִכים ב
און ד ַײן שטורעמען קעגן מיר.
28װ ַײל ד ַײן שטורעמען קעגן מיר
און ד ַײן ליאַרעם איז אַרױף אין מ ַײנע אױערן,
דרום ,װעל איך אַר ַײנטאָן מ ַײן רינג אין ד ַײן נאָז,
און מ ַײן צאַם אין ד ַײנע ליפּן,
און איך װעל דיך אומקערן אױף דעם װעג
װאָס דו ביסט געקומען אױף אים.
29און דאָס װעט דיר ז ַײן דער צײכן:
איר װעט עסן ה ַײיאָר נאָכװוּקס,
און אױפֿן צװײטן יאָר װידערװוּקס;
און אױפֿן דריטן יאָר ,ז ִי ִיט און שנ ַײדט,
און פֿלאַנצט װ ַײנגערטנער ,און עסט זײער פֿרוכט.
30און דער אַנטרונענער איבערבל ַײב פֿון דעם הױז פֿון יהוּדה
װעט װידער װאָרצלען אונטן ,און טראָגן פֿרוכט אױבן.
31װאָרום פֿון ירושלים װעט אַרױסקומען אַן איבערבל ַײב,
און אַן אַנטרינונג פֿון באַרג ִציון;
דאָס אָננעמען זיך פֿון גאָט פֿון צבֿאות װעט דאָס טאָן.
32פֿאַר װאָר ,אַזױ האָט גאָט געזאָגט אױפֿן מלך פֿון אשור:
ער װעט ניט אַר ַײנקומען אין דער דאָזיקער שטאָט,
און ניט אַר ַײנשיסן אַהין אַ פֿ ַײל,
און ניט קומען פֿאַר איר מיט אַ שילד,
און ניט אָנשיטן אַרום איר אַן ערדװאַל.
33אױף דעם װעג װאָס ער איז געקומען,
אױף אים װעט ער זיך אומקערן,
און אין דער דאָזיקער שטאָט
װעט ער ניט אַר ַײנקומען ,זאָגט גאָט.
34און איך װעל באַשירעמען די דאָזיקע שטאָט ,זי צו העלפֿן,
פֿון מ ַײנעט װעגן און פֿון מ ַײן קנעכט ָד ִודס װעגן.
35און עס איז געװען אין יענער נאַכט ,איז אַרױסגעגאַנגען אַ מלאך
פֿון גאָט און האָט געשלאָגן אין לאַגער פֿון אשור הונדערט און פֿינף
און אַכציק טױזנט .און אַז מע האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי,
ערשט זײ ז ַײנען אַלע טױטע פָּגרים.