Page 57 - Mlokhim b
P. 57

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫‪ 36‬האָט דאָס פֿאָלק געשװיגן‪ ,‬און זײ האָבן אים אַ װאָרט ניט‬
‫געענטפֿערט‪ ,‬װאָרום דער באַפֿעל פֿון מלך איז געװען‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

                                          ‫איר זאָלט אים ניט ענטפֿערן‪.‬‬

‫‪ 37‬איז געקומען ֶאלָיקים דער זון פֿון הלקיהן‪ ,‬װאָס איבערן פּאַלאַץ‪,‬‬
‫און ֶשבֿנאָ דער שר ַײבער‪ ,‬און יוֹאָח דער זון פֿון אָ ָספֿן‪ ,‬דער‬
‫דערמאָנער‪ ,‬צו ִחז ִקָיהון‪ ,‬מיט צעריסענע קלײדער‪ ,‬און זײ האָבן אים‬

                                   ‫דערצײלט די װערטער פֿון ַרבֿ ָש ֵקהן‪.‬‬

‫‪ 1‬און עס איז געװען‪ ,‬װי דער מלך ִחז ִקָיהו האָט עס געהערט‪,‬‬

‫אַזױ האָט ער צעריסן ז ַײנע קלײדער‪ ,‬און זיך צוגעדעקט מיטיט‬

‫זאַק‪ ,‬און ער איז געקומען אין הױז פֿון גאָט‪ 2 .‬און ער האָט געשיקט‬
‫ֶאלָיקימען װאָס איבערן פּאַלאַץ‪ ,‬און ֶשבֿנאָ דעם שר ַײבער‪ ,‬און די‬
‫עלטסטע פֿון די כּהנים‪ ,‬צוגעדעקט מיט זאַקקלײדער‪ ,‬צו‬
‫י ַשעָיהו הנבֿיא דעם זון פֿון אָמוצן‪ 3 .‬און זײ האָבן צו אים געזאָגט‪:‬‬
‫אַזױ האָט געזאָגט ִחז ִקָיהו‪ :‬אַ טאָג פֿון נױט און שטראָף און שמאַך‬
‫איז ה ַײנטיקער טאָג‪ ,‬װאָרום די קינדער ז ַײנען געקומען צום‬
‫מוטערמױל‪ ,‬און ניטאָ קײן כּוח צו געבערן‪ 4 .‬אפֿשר װעט יהוה ד ַײן‬
‫גאָט הערן אַלע װערטער פֿון ַרבֿ ָש ֵקהן‪ ,‬װאָס ז ַײן האַר דער מלך פֿון‬
‫אשור האָט אים געשיקט צו לעסטערן דעם לעבעדיקן גאָט‪ ,‬און ער‬
‫װעט שטראָפֿן פֿאַר די רײד װאָס יהוה ד ַײן גאָט האָט געהערט; דרום‬
‫זאָלסטו אױפֿהײבן אַ תּפֿילה פֿאַר דעם איבערבל ַײב װאָס געפֿינט זיך‬

                                                                     ‫דאָ‪.‬‬

‫‪ 5‬און װי די קנעכט פֿון מלך ִחז ִקָיהון ז ַײנען געקומען צו י ַשעָיהון‪6 ,‬‬
‫האָט י ַשעָיהו צו זײ געזאָגט‪ :‬אַזױ זאָלט איר זאָגן צו א ַײער האַר‪ :‬אַזױ‬
‫האָט גאָט געזאָגט‪ :‬זאָלסט ניט מורא האָבן פֿאַר די װערטער װאָס דו‬
‫האָסט געהערט‪ ,‬מיט װאָס די יונגען פֿון דעם מלך פֿון אשור האָבן‬
‫מיך געשענדט‪ 7 .‬זע‪ ,‬איך גיב אַר ַײן אין אים אַ ג ַײסט‪ ,‬און ער װעט‬
‫הערן אַ הערונג‪ ,‬און װעט זיך אומקערן צו ז ַײן לאַנד; און איך װעל‬

                         ‫אים מאַכן פֿאַלן דורכן שװערד אין ז ַײן לאַנד‪.‬‬

‫‪ 8‬און ַרבֿ ָש ֵקה האָט זיך אומגעקערט‪ ,‬און האָט געפֿונען דעם מלך פֿון‬
‫אשור מלחמה האַלטנדיק אױף ִלבָֿנה; װאָרום ער האָט געהאַט‬

                         ‫געהערט אַז ער האָט אַװעקגעצױגן פֿון ָלכיש‪.‬‬
   52   53   54   55   56   57   58   59   60   61   62