Page 53 - Mlokhim b
P. 53
ְמ ָל ִכים ב
34ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג טוען זײ אַזױ װי די פֿר ִיערדיקע שטײגערס;
זײ פֿאָרכטן ניט ]אין גאַנצן[ יהוה ,און זײ טוען ניט אַזױ װי זײערע
חוקים און װי זײער געזעץ ,און אַזױ װי די תּורה און װי דאָס געבאָט
װאָס גאָט האָט געבאָטן די קינדער פֿון יעקבֿ ,װאָס ער האָט געמאַכט
ז ַײן נאָמען ישׂראל; 35װאָס גאָט האָט מיט זײ געשלאָסן אַ בונד ,און
האָט זײ באַפֿױלן ,אַזױ צו זאָגן :״איר זאָלט ניט פֿאָרכטן פֿרעמדע
געטער ,און איר זאָלט זיך ניט בוקן צו זײ ,און זײ ניט דינען ,און ניט
שלאַכטן צו זײ 36 .נ ַײערט יהוה װאָס האָט א ַײך אױפֿגעבראַכט פֿון
לאַנד מצרים מיט גרױס שטאַרקײט ,און מיט אַן אױסגעשטרעכטן
אָרעם ,אים זאָלט איר פֿאָרכטן ,און צו אים זאָלט איר זיך בוקן ,און
צו אים זאָלט איר שלאַכטן 37 .און די חוקים און די געזעצן ,און די
תּורה און דאָס געבאָט ,װאָס ער האָט פֿאַר א ַײך געשריבן ,זאָלט איר
היטן צו טאָן אַלע טאָג; און איר זאָלט ניט פֿאָרכטן פֿרעמדע געטער.
38און דעם בונד װאָס איך האָב געשלאָסן מיט א ַײך ,זאָלט איר ניט
פֿאַרגעסן; און איר זאָלט ניט פֿאָרכטן פֿרעמדע געטער 39 .נ ַײערט
יהוה א ַײער גאָט זאָלט איר פֿאָרכטן ,און ער װעט א ַײך מציל ז ַײן פֿון
דער האַנט פֿון אַלע א ַײערע פֿ ַײנט״ 40 .אָבער זײ האָבן ניט
צוגעהערט ,נ ַײערט זײ טוען אַזױ װי זײער פֿרִיערדיקער שטײגער.
41און די דאָזיקע פֿעלקער פֿלעגן פֿאָרכטן יהוה ,אָבער זײערע געצן
פֿלעגן זײ דינען; דעס גל ַײכן זײערע קינדער און זײערע
קינדסקינדער–אַזױ װי זײערע עלטערן האָבן געטאָן ,אַזױ טוען זײ
ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג.
1און עס איז געװען אין דריטן יאָר פֿון הוֹ ֵש ַע דעם זון פֿון
ֵא ָלהן ,דעם מלך פֿון ישׂראל ,איז ִחז ִקָיה דער זון פֿון אָ ָחז דעםיח
מלך פֿון יהוּדה געװאָרן מלך 2 .פֿינף און צװאַנציק יאָר איז ער אַלט
געװען ,אַז ער איז געװאָרן מלך ,און נ ַײן און צװאַנציק יאָר האָט ער
געקיניגט אין ירושלים .און דער נאָמען פֿון ז ַײן מוטער איז געװען
אַבֿי די טאָכטער פֿון ז ַכריהן.
3און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון גאָט,
אַזױ װי אַלץ װאָס ז ַײן פֿאָטער דוד האָט געטאָן 4 .ער האָט אָפּגעטאָן
די ָבמות ,און צעבראָכן די ז ַײלשטײנער ,און אָפּגעהאַקט די אַ ֵש ָרה.