Page 50 - Mlokhim b
P. 50
ְמ ָל ִכים ב
1אין צװעלפֿטן יאָר פֿון אָ ָחז דעם מלך פֿון יהוּדה ,איז הוֹ ֵש ַע
דער זון פֿון ֵא ָלהן געװאָרן מלך אין שומרון איבער ישׂראל] ,אוןיז
האָט געקיניגט[ נ ַײן יאָר.
2און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט ,נאָר
ניט אַזױ װי די מלכים פֿון ישׂראל װאָס ז ַײנען געװען פֿאַר אים.
3אױף אים איז אַרױפֿגעגאַנגען ַשל ַמנ ֶא ֶסר דער מלך פֿון אשור ,און
הוֹ ֵש ַע איז געװאָרן אַ קנעכט צו אים ,און אים געצאָלט אָפּגאָב.
4און דער מלך פֿון אשור האָט אױסגעפֿונען אין הוֹ ֵש ַען אַ בונט ,װ ַײל
ער האָט געשיקט שלוחים צו סוֹא דעם מלך פֿון מצרים ,און האָט
ניט אַרױפֿגעבראַכט אָפּגאָב צו דעם מלך פֿון אשור אַזױ װי יאָר אין
יאָר .און דער מלך פֿון אשור האָט אים פֿאַרהאַלטן ,און האָט אים
אַר ַײנגעשפּאַרט אין תּפֿיסה.
5און דער מלך פֿון אשור איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן גאַנצן לאַנד ,און
איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף שומרון ,און האָט געלעגערט אױף איר דר ַײ
יאָר 6 .אין נ ַײנטן יאָר פֿון הוֹ ֵש ַען האָט דער מלך פֿון אשור
באַצװוּנגען שומרון ,און האָט פֿאַרטריבן ישׂראל קײן אשור ,און זײ
באַזעצט אין ַח ַלח ,און אין ָחבֿור ,ב ַײם ט ַײך גוָֹזן ,און אין די שטעט
פֿון ָמ ַדי.
7און דאָס איז געשען װ ַײל די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געזינדיקט
צו יהוה זײער גאָט װאָס האָט זײ אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מצרים,
פֿון אונטער דער האַנט פֿון פּרעה דעם מלך פֿון מצרים ,און זײ האָבן
געפֿאָרכט פֿרעמדע געטער 8 .און זײ ז ַײנען געגאַנגען אין די געזעצן
פֿון די פֿעלקער װאָס גאָט האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון
ישׂראל; דעס גל ַײכן די מלכים פֿון ישׂראל ,װאָס זײ האָבן געמאַכט9 .
און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן צוגעטראַכט זאַכן װאָס ניט ריכטיק
צו יהוה זײער גאָט ,און זײ האָבן זיך געבױט ָבמות אין אַלע זײערע
שטעט ,פֿון אַ װעכטערטורעם ביז אַ פֿעסטונגשטאָט 10 .און זײ האָבן
זיך אױפֿגעשטעלט ז ַײלשטײנער און געצנשטאַנגען אױף יעטװעדער
הױכן בערגל און אונטער יעטװעדער צװ ַײגהאַפֿטיקן בױם 11 .און זײ
האָבן דאָרטן גערײכערט אױף אַלע ָבמות ,אַזױ װי די פֿעלקער װאָס
גאָט האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר זײ; און זײ האָבן געטאָן שלעכטע זאַכן
צו דערצערענען גאָט 12 .און זײ האָבן געדינט די אָפּגעטער ,װאָס