Page 54 - Mlokhim b
P. 54
ְמ ָל ִכים ב
און ער האָט צעהאַקט די קופּערנע שלאַנג װאָס משה האָט געמאַכט;
װאָרום ביז יענע טעג פֿלעגן די קינדער פֿון ישׂראל רײכערן צו איר,
און מע האָט זי גערופֿן נחוּש ָתּן 5 .ער האָט זיך פֿאַרזיכערט אױף גאָט
דעם האַר פֿון ישׂראל ,און נאָך אים איז ניט געװען אַזאַ װי ער צװישן
אַלע מלכים פֿון יהוּדה ,אױך ניט צװישן די װאָס ז ַײנען געװען פֿאַר
אים 6 .װאָרום ער האָט זיך באַהעפֿט אָן גאָט ,ער האָט זיך ניט
אָפּגעקערט פֿון הינטער אים ,און ער האָט געהיט ז ַײנע געבאָט װאָס
גאָט האָט געבאָטן משהן 7 .און גאָט פֿלעגט ז ַײן מיט אים; אומעטום
װי ער פֿלעגט אַרױסגײן ,פֿלעגט ער באַגליקן .און ער האָט
װידערשפּעניקט אָן דעם מלך פֿון אשור ,און האָט אים ניט געדינט8 .
ער האָט געשלאָגן די פּ ִלשתּים ביז ַעָזה און אירע געמאַרקן ,פֿון אַ
װעכטערטורעם ביז אַ פֿעסטונגשטאָט.
9און עס איז געװען אין פֿירטן יאָר פֿון מלך ִחז ִקָיהון–דאָס איז דאָס
זיבעטע יאָר פֿון הוֹ ֵש ַע דעם זון פֿון ֵא ָלהן ,דעם מלך פֿון ישׂראל–איז
אַרױפֿגעגאַנגען ַשל ַמנ ֶא ֶסר דער מלך פֿון אשור אױף שומרון ,און האָט
געלעגערט אױף איר 10 .און זײ האָבן זי באַצװוּנגען צום ָסוף פֿון
דר ַײ יאָר; אין זעקסטן יאָר פֿון ִחז ִקָיהן–דאָס איז דאָס נ ַײנטע יאָר פֿון
הוֹ ֵש ַע דעם מלך פֿון ישׂראל–איז שומרון באַצװוּנגען געװאָרן 11 .און
דער מלך פֿון אשור האָט פֿאַרטריבן ישׂראל קײן אשור ,און האָט זײ
אַװעקגעפֿירט אין ַח ַלח ,און אין ָחבֿור ,ב ַײם ט ַײך גוָֹזן ,און אין די
שטעט פֿון ָמ ַדי 12 .פֿאַר װאָס זײ האָבן ניט צוגעהערט צו דעם ָקול
פֿון יהוה זײער גאָט ,און האָבן איבערגעטרעטן ז ַײן בונד ,אַלץ װאָס
משה דער קנעכט פֿון גאָט האָט זײ באַפֿױלן ,און זײ האָבן ניט
צוגעהערט און ניט געטאָן.
13און אין פֿערצנטן יאָר פֿון מלך ִחז ִקָיהון ,איז אַרױפֿגעגאַנגען
ַסנ ֵחריבֿ דער מלך פֿון אשור אױף אַלע באַפֿעסטיקטע שטעט פֿון
יהוּדה ,און האָט זײ א ַײנגענומען.
14האָט ִחז ִקָיה דער מלך פֿון יהוּדה געשיקט צו דעם מלך פֿון אשור
קײן ָלכיש ,אַזױ צו זאָגן :איך האָב געזינדיקט; קער זיך אָפּ פֿון מיר;
װאָס דו װעסט אױף מיר אַרױפֿלײגן ,װעל איך טראָגן.
האָט דער מלך פֿון אשור אַרױפֿגעלײגט אױף ִחז ִקָיה דעם מלך פֿון
יהוּדה דר ַײ הונדערט צענטנער זילבער און דר ַײסיק צענטנער גאָלד.