Page 58 - Mlokhim b
P. 58

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫‪ 9‬און ] ַסנ ֵהריבֿ[ האָט געהערט אױף ִתּר ָה ָקה דעם מלך פֿון כּוש‪ ,‬אַזױ‬
‫צו זאָגן‪ :‬ער איז אַרױסגעגאַנגען מלחמה צו האַלטן מיט דיר‪ .‬און ער‬
‫האָט װידער געשיקט שלוחים צו ִחז ִקָיהון‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ 10 :‬אַזױ‬
‫זאָלט איר זאָגן צו ִחז ִקָיהון דעם מלך פֿון יהוּדה‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬זאָל‬
‫דיך ניט נאַרן ד ַײן גאָט‪ ,‬װאָס דו פֿאַרזיכערסט זיך אױף אים‪ ,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ :‬ירושלים װעט ניט איבערגעגעבן װערן אין דער האַנט פֿון דעם‬
‫מלך פֿון אשור‪ 11 .‬אָט האָסטו געהערט װאָס די מלכים פֿון אשור‬
‫האָבן געטאָן צו אַלע לענדער‪ ,‬זײ צו פֿאַרװיסטן‪ ,‬און דו װילסט ניצול‬
‫װערן? ‪ 12‬האָבן די געטער פֿון די פֿעלקער מציל געװען די װאָס‬
‫מ ַײנע עלטערן האָבן צעשטערט‪ ,‬גוָֹזן‪ ,‬און חרן‪ ,‬און ֶר ֶצף‪ ,‬אױף‬
‫די קינדער פֿון עדן װאָס אין תּ ַל ָשׂר? ‪ 13‬װוּ איז דער מלך פֿון ַחמת‪,‬‬
‫און דער מלך פֿון אַר ַפּד‪ ,‬און דער מלך פֿון דער שטאָט ספֿרַוִים‪ ,‬פֿון‬

                                                         ‫ֵהַנע‪ ,‬און ִעָוה?‬

‫‪ 14‬האָט ִחז ִקָיהו צוגענומען דעם בריװ פֿון דער האַנט פֿון די‬
‫שלוחים‪ ,‬און האָט אים איבערגעלײענט; און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען‬
‫אין הױז פֿון גאָט; און ִחז ִקָיהו האָט אים אױסגעשפּרײט פֿאַר גאָט‪.‬‬
‫‪ 15‬און ִחז ִקָיהו האָט מתפּלל געװען צו גאָט‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬יהוה‬
‫דו גאָט פֿון ישׂראל װאָס זיצט איבער די כּרובֿים‪ ,‬דו אַלײן ביסט דער‬
‫גאָט איבער אַלע קיניגר ַײכן פֿון דער ערד; דו האָסט געמאַכט די‬
‫הימלען און די ערד‪ 16 .‬נ ַײג‪ ,‬יהוה‪ ,‬ד ַײן אױער‪ ,‬און הער; עפֿן‪ ,‬יהוה‪,‬‬
‫ד ַײנע אױגן און זע; און הער די װערטער פֿון ַסנ ֵהריבֿן װאָס האָט אים‬
‫געשיקט צו לעסטערן דעם לעבעדיקן גאָט‪ 17 .‬אמת‪ ,‬יהוה‪ ,‬די מלכים‬
‫פֿון אשור האָבן חרובֿ געמאַכט די פֿעלקער און זײער לאַנד‪ 18 ,‬און‬
‫זײ האָבן איבערגעגעבן זײערע געטער צום פֿ ַײער; װאָרום זײ ז ַײנען‬
‫קײן געטער ניט געװען; נאָר בלױז דאָס װערק פֿון אַ מענטשנס‬
‫האַנט‪ ,‬האָלץ און שטײן; דרום האָבן זײ זײ אונטערגעבראַכט‪ 19 .‬און‬
‫אַצזונד‪ ,‬יהוה אונדזער גאָט‪ ,‬העלף אונדז‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬פֿון ז ַײן‬
‫האַנט‪ ,‬און זאָלן אַלע קיניגר ַײכן פֿון דער ערד װיסן‪ ,‬אַז דו יהוה אַלײן‬

                                                             ‫ביסט גאָט‪.‬‬

‫‪ 20‬האָט י ַשעָיהו דער זון פֿון אָמוצן געשיקט צו ִחז ִקָיהון‪ ,‬אַזױ צו‬
‫זאָגן‪ :‬אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל‪ :‬װאָס דו האָסט‬
‫מתפּלל געװען צו מיר װעגן ַסנ ֵהריבֿ דעם מלך פֿון אשור‪ ,‬האָב איך‬
‫צוגעהערט‪ 21 .‬דאָס איז דאָס װאָרט װאָס גאָט האָט װעגן אים‬

                                                               ‫גערעדט‪:‬‬
   53   54   55   56   57   58   59   60   61   62   63