Page 61 - Mlokhim b
P. 61
ְמ ָל ִכים ב
36און ַסנ ֵהריבֿ דער מלך פֿון אשור האָט אַװעקגעצױגן ,און איז
געגאַנגען און האָט זיך אומגעקערט; און ער איז געבליבן אין נינֵוה.
37און עס איז געװען ,װי ער בוקט זיך אין הױז פֿון ז ַײן גאָט ִנסרוך,
אַזױ האָבן ז ַײנע זין אַד ַר ֶמ ֶלך און ַשׂר ֶא ֶצר אים דערשלאָגן מיטן
שװערד; און זײ ז ַײנען אַנטרונען געװאָרן אין לאַנד אַ ָר ָרט .און ז ַײן זון
ֵא ַסרַ -חדון איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט.
1אין יענע טעג איז ִחז ִקָיהו קראַנק געװאָרן צום שטאַרבן; איז
צו אים געקומען י ַשעָיהו הנבֿיא דער זון פֿון אָמוצן ,און האָט צוכ
אים געזאָגט :אַזױ האָט גאָט געזאָגט :מאַך ד ַײן ַצ ָװ ֶאה װעגן ד ַײן
הױזגעזינט ,װאָרום דו שטאַרבסט ,און װעסט ניט גענעזן װערן.
2האָט ער אומגעדרײט ז ַײן פּנים צו דער װאַנט ,און האָט מתפּלל
געװען צו גאָט ,אַזױ צו זאָגן 3 :איך בעט דיך ,גאָט ,געדענק װי איך
בין געגאַנגען פֿאַר דיר מיט אמת ,און מיט אַ גאַנצן האַרצן ,און װאָס
איז גוט אין ד ַײנע אױגן האָב איך געטאָן.
און ִחז ִקָיהו האָט געװײנט אַ גרױס געװײן.
4און עס איז געװען ,װען י ַשעָיהו איז נאָך ניט געװען אַרױסגעגאַנגען
פֿון דעם מיטלסטן הױף ,איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו אים,
אַזױ צו זאָגן 5 :קער זיך אום ,און זאָלסט זאָגן צו ִחז ִקָיהו דעם
פֿירשט פֿון מ ַײן פֿאָלק :אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ד ַײן
פֿאָטער ָד ִודן :איך האָב געהערט ד ַײן תּפֿילה ,איך האָב געזען ד ַײן
טרער; זע ,איך הײל דיך; אױפֿן דריטן טאָג װעסטו אַרױפֿגײן אין הױז
פֿון גאָט 6 .און איך װעל צולײגן צו ד ַײנע טעג פֿופֿצן יאָר ,און פֿון
דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון אשור װעל איך דיך און די דאָזיקע
שטאָט מציל ז ַײן ,און איך װעל באַשירעמען די דאָזיקע שטאָט פֿון
מ ַײנעט װעגן און פֿון מ ַײן קנעכט ָד ִודס װעגן.
7און י ַשעָיהו האָט געזאָגט :נעם געפּרעסטע פֿ ַײגן .און זײ האָבן
גענומען און אַרױפֿגעטאָן אױפֿן אױסשלאַג ,און ער איז גענעזן
געװאָרן.