Page 55 - Mlokhim b
P. 55
ְמ ָל ִכים ב
15און ִחז ִקָיה האָט אַװעקגעגעבן דאָס גאַנצע זילבער װאָס האָט זיך
געפֿונען אין הױז פֿון גאָט און אין די שאַצקאַמערן פֿון מלכס הױז16 .
אין יענער צ ַײט האָט ִחז ִקָיה אַרומגעהאַקט די טירן פֿון דעם טעמפּל
פֿון גאָט ,און די ב ַײשטידלעך װאָס ִחז ִקָיה דער מלך פֿון יהוּדה האָט
געהאַט איבערגעצױגן ]מיט גאָלד[ ,און ער האָט עס געגעבן דעם מלך
פֿון אשור.
17און דער מלך פֿון אשור האָט געשיקט ַתּר ָתּנען ,און רבָֿ -סריסן ,און
ַרבֿ ָש ֵקהן ,פֿון ָלכיש צום מלך ִחז ִקָיהון מיט אַ גרױסן חיל קײן
ירושלים .און זײ ז ַײנען אַרױפֿגעגאַנגען ,אַזױ ז ַײנען זײ געקומען און
האָבן זיך געשטעלט ב ַײ דעם גראָבן פֿון דעם אױבערשטן ט ַײך װאָס
אױפֿן װעג פֿון װעשערפֿעלד 18 .און זײ האָבן גערופֿן צום מלך; איז
אַרױסגעגאַנגען צו זײ ֶאלָיקים דער זון פֿון ִחל ִקָיהון ,װאָס איבערן
פּאַלאַץ ,און ֶשבֿנאָ דער שר ַײבער ,און יוֹאָח דער זון פֿון אָ ָספֿן ,דער
דערמאָנער.
19און ַרבֿ ָש ֵקה האָט צו זײ געזאָגט :זאָגט אַקאָרשט צו ִחז ִקָיהון אַזױ
האָט געזאָגט דער גרױסער מלך ,דער מלך פֿון אשור :װאָס איז די
דאָזיקע פֿאַרזיכערונג װאָס דו פֿאַרזיכערסט זיך? 20מײנסטו הױל
ליפּגערײד איז אַן עצה און גבֿורה פֿאַר מלחמה? אַצונד ,אױף װעמען
פֿאַרזיכערסטו זיך ,װאָס דו האָסט װידערשפּעניקט אָן מיר? 21
אַצונד זע ,דו פֿאַרזיכערסט זיך אױף דעם שטעקן פֿון דעם דאָזיקן
צעבראָכענעם ראָר–אױף מצרים–װאָס אַז אַ מענטש לענט זיך אױף
אים אָן ,גײט ער אים אַר ַײן אין דער האַנט ,און לעכערט זי דורך;
אַזױ איז פּרעה דער מלך פֿון מצרים פֿאַר אַלע װאָס פֿאַרזיכערן זיך
אױף אים 22 .און אַז איר װעט מיר זאָגן :מיר פֿאַרזיכערן זיך אױף
יהוה אונדזער גאָט–איז דאָס ניט דער װאָס ִחז ִקָיהו האָט אָפּגעטאָן
ז ַײנע ָבמות און ז ַײנע מזבחות ,און האָט געזאָגט צו יהוּדה און צו
ירושלים :פֿאַר דעם דאָזיקן מזבח זאָלט איר זיך בוקן אין ירושלים?
23און אַצונד ,פֿאַרװעט זיך אַקאָרשט מיט מ ַײן האַר דעם מלך פֿון
אשור ,און איך װעל דיר געבן צװײ טױזנט פֿערד ,אױב דו קענסט דיר
אַרױפֿזעצן ר ַײטער אױף זײ 24 .ה ַײנט װי קענסטו אָפּשטױסן דעם
פּנים פֿון אַ הױפּטמאַן ,אײנעם פֿון די קלענסטע קנעכט פֿון מ ַײן
האַר? פֿון דעסט װעגן פֿאַרזיכערסטו זיך אױף מצרים װעגן ר ַײטװעגן
און ר ַײטער 25 .אַצונד ,בין איך דען אָן יהוה אַרױפֿגעקומען אױף