Page 52 - Mlokhim b
P. 52
ְמ ָל ִכים ב
24און דער מלך פֿון אשור האָט געבראַכט מענטשן פֿון ָבבֿל ,און פֿון
כּוּ ָתה ,און פֿון ַעָוא ,און פֿון ַחמת ,און פֿון ספֿרַו ִים ,און באַזעצט אין
די שטעט פֿון שומרון אָנשטאָט די קינדער פֿון ישׂראל .און זײ האָבן
געאַרבט שומרון ,און ז ַײנען געזעסן אין אירע שטעט.
25און עס איז געװען אין אָנהײב פֿון זײער זיצן דאָרטן ,האָבן זײ ניט
געפֿאָרכט יהוה ,און יהוה האָט אָנגעשיקט אױף זײ לײבן ,און זײ
פֿלעגן אױסהרגען צװישן זײ 26 .האָט מען אָנגעזאָגט דעם מלך פֿון
אשור ,אַזױ צו זאָגן :די פֿעלקער װאָס דו האָסט אַװעקגעפֿירט ,און
באַזעצט אין די שטעט פֿון שומרון ,װײסן ניט דעם שטײגער פֿון דעם
גאָט פֿון לאַנד; דרום האָט ער אָנגעשיקט אױף זײ לײבן ,און זע ,זײ
טײטן זײ ,אַזױ װי זײ װײסן ניט דעם שטײגער פֿון דעם גאָט פֿון
לאַנד.
27האָט דער מלך פֿון אשור באַפֿױלן ,אַזױ צו זאָגן :פֿירט אַװעק אַהין
אײנעם פֿון די כּהנים װאָס איר האָט פֿאַרטריבן פֿון דאָרטן; און זאָלן
זײ גײן און זיך באַזעצן דאָרטן ,און ער זאָל זײ לערנען דעם שטײגער
פֿון דעם גאָט פֿון לאַנד.
28איז געקומען אײנער פֿון די כּהנים װאָס מע האָט געהאַט
פֿאַרטריבן פֿון שומרון ,און ער האָט זיך באַזעצט אין ֵביתֵ -אל ,און
האָט זײ געלערנט װי זײ זאָלן פֿאָרכטן יהוה 29 .אָבער איטלעך פֿאָלק
פֿלעגט אױך מאַכן ז ַײנע אײגענע געטער ,און זײ האָבן זײ
אַװעקגעשטעלט אין די ה ַײזער פֿון די ָבמות װאָס די שומרונים האָבן
געמאַכט; איטלעך פֿאָלק אין זײערע שטעט װאָס זײ ז ַײנען דאָרטן
געזעסן 30 .און די מענטשן פֿון ָבבֿל האָבן געמאַכט סוכּות-בנוֹת ,און
די מענטשן פֿון כּוּת האָבן געמאַכט ֵנרַגל ,און די מענטשן פֿון ַחמת
האָבן געמאַכט אַשימאָ 31און די ַע ִוים האָבן געמאַכט ִנבֿ ַחז און
ַתּר ָתּק ,און די ספֿרַוִים האָבן פֿאַרברענט זײערע קינדער אין פֿ ַײער צו
אַד ַר ֶמ ֶלך און ַעַנ ֶמ ֶלך ,די געטער פֿון ספֿרַו ִים 32 .דערב ַײ פֿלעגן זײ
פֿאָרכטן יהוה ,און זײ האָבן זיך געמאַכט פֿון צװישן זיך כּהנים פֿון
ָבמות ,װאָס פֿלעגן מקריבֿ ז ַײן פֿאַר זײ אין די ה ַײזער פֿון די ָבמות33 .
יהוה פֿלעגן זײ פֿאָרכטן ,אָבער זײערע געטער פֿלעגן זײ דינען ,אַזױ
װי דער שטײגער פֿון די פֿעלקער װאָס מע האָט זײ פֿון דאָרטן
אַװעקגעפֿירט.