Page 47 - Mlokhim b
P. 47
ְמ ָל ִכים ב
32אין צװײטן יאָר פֿון ֶפּ ַקח דעם זון פֿון ר ַמלָיהון ,דעם מלך פֿון
ישׂראל ,איז יוֹ ָתם דער זון פֿון עוּ ִזָיהו דעם מלך פֿון יהוּדה געװאָרן
מלך 33 .פֿינף און צװאַנציק יאָר איז ער אַלט געװען ,אַז ער איז
געװאָרן מלך ,און זעכצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים .און
דער נאָמען פֿון ז ַײן מוטער איז געװען ירוּשאָ די טאָכטער פֿון ָצדוֹקן.
34און ער האָט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון גאָט;
ער האָט געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס ז ַײן פֿאָטער עוּ ִזָיהו האָט געטאָן.
35נאָר די ָבמות ז ַײנען ניט אָפּגעטאָן געװאָרן; דאָס פֿאָלק האָט נאָך
אַלץ געשלאַכט און גערײכערט אױף די ָבמות.
ער האָט געבױט דאָס אױבערשטע טױער פֿון גאָטס הױז.
36און די איבעריקע זאַכן װעגן יוֹ ָתמען ,און אַלץ װאָס ער האָט
געטאָן ,דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון
די מלכים פֿון יהוּדה.
37אין יענע טעג האָט גאָט אָנגעהױבן אָנשיקן אױף יהוּדה רצין דעם
מלך פֿון ארם ,און ֶפּ ַקח דעם זון פֿון ר ַמלָיהון.
38און יוֹ ָתם האָט זיך געלײגט מיט ז ַײנע עלטערן ,און ער איז
באַגראָבן געװאָרן לעבן ז ַײנע עלטערן אין ז ַײן פֿאָטער ָד ִודס-שטאָט.
און ז ַײן זון אָ ָחז איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט.
1אין זיבעצנטן יאָר פֿון ֶפּ ַקח דעם זון פֿון ר ַמלָיהון ,איז אָ ָחז
דער זון פֿון יוֹ ָתם דעם מלך פֿון יהוּדה געװאָרן מלך2 .טז
צװאַנציק יאָר איז אָ ָחז אַלט געװען ,אַז ער איז געװאָרן מלך ,און
זעכצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים.
און ער האָט ניט געטאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון גאָט
ז ַײן האַר ,אַזױ װי ז ַײן פֿאָטער דוד 3 .נ ַײערט ער איז געגאַנגען אין
דעם װעג פֿון די מלכים פֿון ישׂראל .און ער האָט אױך געמאַכט
דורכגײן ז ַײן זון דורכן פֿ ַײער ,אַזױ װי די אומװערדיקײטן פֿון די
פֿעלקער װאָס גאָט האָט זײ פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון