Page 44 - Mlokhim b
P. 44
ְמ ָל ִכים ב
6און די איבעריקע זאַכן װעגן ַעַזרָיהן ,און אַלץ װאָס ער האָט
געטאָן ,דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון
די מלכים פֿון יהוּדה.
7און ַעַזרָיה האָט זיך געלײגט מיט ז ַײנע עלטערן ,און מע האָט אים
באַגראָבן לעבן ז ַײנע עלטערן אין ָד ִודס-שטאָט .און ז ַײן זון יוֹ ָתם איז
געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט.
8אין אַכט און דר ַײסיקסטן יאָר פֿון ַעַזרָיהו דעם מלך פֿון יהוּדה,
האָט ז ַכריהו דער זון פֿון ָי ָרבֿ ָעמען געקיניגט איבער ישׂראל אין
שומרון זעקס חדשים 9 .און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די
אױגן פֿון גאָט ,אַזױ װי ז ַײנע עלטערן האָבן געטאָן; ער האָט זיך ניט
אָפּגעקערט פֿון די זינד פֿון ָי ָרבֿ ָעם דעם זון פֿון נבֿטן ,װאָס ער האָט
געמאַכט זינדיקן ישׂראל.
10און ַשלום דער זון פֿון ָיבֿשן האָט געמאַכט אַ בונט אױף אים ,און
האָט אים געשלאָגן אַנטקעגן פֿאַרן פֿאָלק ,און אים געטײט ,און איז
געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט.
11און די איבעריקע זאַכן װעגן ז ַכריהן ,זײ ז ַײנען באַשריבן אין בוך
פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון ישׂראל.
12דאָס איז געװען דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס ער האָט גערעדט צו
ֵיהוּאן ,אַזױ צו זאָגן :קינדער ביזן פֿירטן ָדור װעלן דיר זיצן אױפֿן
טראָן פֿון ישׂראל; און אַזױ איז געשען.
ַ 13שלום דער זון פֿון ָיבֿשן איז געװאָרן מלך אין נ ַײן און דר ַײסיקסטן
יאָר פֿון עוּ ִזָיה דעם מלך פֿון יהוּדה; און ער האָט געקיניגט אַ חודש
צ ַײט אין שומרון.
14איז אַרױפֿגעגאַנגען מַנ ֵחם דער זון פֿון ָגדין ,פֿון ִתּר ָצה ,און ער איז
געקומען קײן שומרון ,און האָט געשלאָגן ַשלום דעם זון פֿון ָיבֿשן
אין שומרון ,און האָט אים געטײט ,און איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן
אָרט.