Page 41 - Mlokhim b
P. 41
ְמ ָל ִכים ב
ז ַײן פֿאָטער דעם מלך 6 .אָבער די קינדער פֿון די דערשלעגער האָט
ער ניט געטײט ,אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין בוך פֿון תּורת-משה,
װאָס גאָט האָט באַפֿױלן ,אַזױ צו זאָגן :פֿאָטערס זאָלן ניט געטײט
װערן פֿאַר קינדער ,און קינדער זאָלן ניט געטײט װערן פֿאַר
פֿאָטערס; נ ַײערט יעטװעדער פֿאַר ז ַײן זינד זאָל געטײט װערן.
7ער האָט געשלאָגן פֿון אדום אין טאָל פֿון זאַלץ צען טױזנט ,און
א ַײנגענומען ס ַלע אין מלחמה ,און גערופֿן איר נאָמען ָיקת ֵאל ]װי זי
הײסט[ ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג.
8דענצמאָל האָט אַ ַמצָיה געשיקט שלוחים צו יהואש דעם זון פֿון
יהוֹאָ ָחז דעם זון פֿון ֵיהוּאן ,דעם מלך פֿון ישׂראל ,אַזױ צו זאָגן :קום
לאָמיר זיך אָנקוקן אין פּנים.
9האָט יהואש דער מלך פֿון ישׂראל געשיקט צו אַ ַמצָיהו דעם מלך
פֿון יהוּדה ,אַזױ צו זאָגן :דער דאָרן װאָס אין לבֿנון האָט געשיקט צו
דעם צעדערבױם װאָס אין לבֿנון ,אַזױ צו זאָגן :גיב ד ַײן טאָכטער צו
מ ַײן זון פֿאַר אַ װ ַײב .איז פֿאַרב ַײגעגאַנגען אַ װילדע חיה װאָס אין
לבֿנון ,און האָט צעטרעטן דעם דאָרן 10 .שלאָגן האָסטו געשלאָגן
אדום ,און ד ַײן האַרץ האָט דיך דערהױבן; האַלט ד ַײן כּבֿוד ,און זיץ
אין דער הײם .און נאָך װאָס זאָלסטו זיך רײצן מיט בײז ,און פֿאַלן דו
און יהוּדה מיט דיר?
11אָבער אַ ַמצָיהו האָט ניט צוגעהערט .און יהואש דער מלך פֿון
ישׂראל איז אַרױסגעגאַנגען .און זײ האָבן זיך אָנגעקוקט אין פּנים,
ער און אַ ַמצָיהו דער מלך פֿון יהוּדה ,אין ֵביתֶ -ש ֶמש װאָס געהערט צו
יהוּדה 12 .און יהוּדה איז געשלאָגן געװאָרן פֿאַר ישׂראל .און זײ
ז ַײנען אַנטלאָפֿן איטלעכער צו ז ַײנע געצעלטן.
13און אַ ַמצָיהו דעם מלך פֿון יהוּדה ,דעם זון פֿון יהואש דעם זון פֿון
אַ ַחזָיהון ,האָט יהואש דער מלך פֿון ישׂראל געכאַפּט אין ֵביתֶ -ש ֶמש.
און ער איז געקומען קײן ירושלים ,און האָט דורכגעבראָכן די מױער
פֿון ירושלים פֿון דעם טױער פֿון אפֿרים ביז דעם װינקלטױער ,פֿיר
הונדערט אײלן 14 .און ער האָט צוגענומען דאָס גאַנצע גאָלד און
זילבער ,און אַלע כּלים ,װאָס האָבן זיך געפֿונען אין הױז פֿון גאָט און
אין די שאַצקאַמערן פֿון מלכס הױז ,און משכּון-קינדער ,און האָט זיך
אומגעקערט קײן שומרון.