Page 45 - Mlokhim b
P. 45
ְמ ָל ִכים ב
15און די איבעריקע זאַכן װעגן ַשלומען ,און ז ַײן בונט װאָס ער האָט
געבונטעװעט ,דאָס איז באַשריבן אין בוך פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון
די מלכים פֿון ישׂראל.
16דענצמאָל האָט מַנ ֵחם געשלאָגן ִתּפֿ ַסח מיט אַלע װאָס אין איר,
און אירע געמאַרקן פֿון ִתּר ָצה אָן .װ ַײל מע האָט אים ניט געעפֿנט.
האָט ער זי געשלאָגן; אַלע אירע טראָגעדיקע האָט ער
אױפֿגעשפּאָלטן.
17אין נ ַײן און דר ַײסיקסטן יאָר פֿון ַעַזרָיה דעם מלך פֿון יהוּדה איז
מַנ ֵחם דער זון פֿון ָגדין געװאָרן מלך איבער ישׂראל] ,און האָט
געקיניגט[ צען יאָר אין שומרון.
18און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט; ער
האָט אַלע ז ַײנע טעג זיך ניט אָפּגעקערט פֿון די זינד פֿון ָי ָרבֿ ָעם דעם
זון פֿון נבֿטן ,װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל.
19איז געקומען פּול דער מלך פֿון אשור אױפֿן לאַנד .און מַנ ֵחם האָט
געגעבן פּולן טױזנט צענטנער זילבער ,אַז ז ַײן האַנט זאָל ז ַײן מיט
אים צו באַפֿעסטיקן די מלוכה אין ז ַײן האַנט 20 .און מַנ ֵחם האָט
אױסגעװאָרפֿן דאָס געלט אױף ישׂראל ,אױף אַלע װױלפֿאַרמעגלעכע,
פֿופֿציק ש ָקלים זילבער אױף יעטװעדער מאַן .כּדי צו געבן דעם מלך
פֿון אשור .און דער מלך פֿון אשור האָט זיך אומגעקערט ,און האָט
זיך ניט אָפּגעשטעלט דאָרטן אין לאַנד.
21און די איבעריקע זאַכן װעגן מַנ ֵחמען ,און אַלץ װאָס ער האָט
געטאָן ,דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון
די מלכים פֿון ישׂראל.
22און מַנ ֵחם האָט זיך געלײגט מיט ז ַײנע עלטערן ,און ז ַײן זון פּ ַקחָיה
איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט.
23אין פֿופֿציקסטן יאָר פֿון ַעַזרָיה דעם מלך פֿון יהוּדה איז פּ ַקחָיה
דער זון פֿון מַנ ֵחמען געװאָרן מלך איבער ישׂראל אין שומרון] ,און
האָט געקיניגט[ צװײ יאָר.