Page 46 - Mlokhim b
P. 46
ְמ ָל ִכים ב
24און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט; ער
האָט זיך ניט אָפּגעקערט פֿון די זינד פֿון ָי ָרבֿ ָעם דעם זון פֿון נבֿטן,
װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל.
25און ז ַײן הױפּטמאַן ֶפּ ַקח דער זון פֿון ר ַמלָיהון האָט געמאַכט אַ
בונט אױף אים ,און האָט אים דערשלאָגן אין שומרון ,אין פּאַלאַץ
פֿון מלכס הױז ,ב ַײ אַרגובֿ און ב ַײ אַרֵיה; און מיט אים ז ַײנען געװען
פֿופֿציק מאַן פֿון די גלעדער; און ער האָט אים געטײט ,און איז
געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט.
26און די איבעריקע זאַכן װעגן פּ ַקחָיהן ,און אַלץ װאָס ער האָט
געטאָן ,דאָס איז באַשריבן אין בוך פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון די
מלכים פֿון ישׂראל.
27אין צװײ און פֿופֿציקסטן יאָר פֿון ַעַזרָיה דעם מלך פֿון יהוּדה ,איז
ֶפּ ַקח דער זון פֿון ר ַמלָיהון געװאָרן מלך איבער ישׂראל אין שומרון,
]און האָט געקיניגט[ צװאַנציק יאָר.
28און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט; ער
האָט זיך ניט אָפּגעקערט פֿון די זינד פֿון ָי ָרבֿ ָעם דעם זון פֿון נבֿטן,
װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן ישׂראל.
29אין די טעג פֿון ֶפּ ַקח דעם מלך פֿון ישׂראל ,איז געקומען ִתּג ַלת-
ִפּל ֶא ֶסר דער מלך פֿון אשור ,און האָט גענומען ִעיון ,און אָבֿלֵ -בית-
מעכה ,און ָינוֹ ַח ,און קדש ,און חצור ,און ִגל ָעד ,און גליל ,דאָס
גאַנצע לאַנד נפֿתּלי; און ער האָט זײ פֿאַרטריבן קײן אשור.
30און הוֹ ֵש ַע דער זון פֿון ֵא ָלהן האָט געבונטעװעט אַ בונט אױף ֶפּ ַקח
דעם זון פֿון ר ַמלָיהון ,און ער האָט אים געשלאָגן און אים געטײט,
און איז געװאָרן מלך אױף ז ַײן אָרט ,אין צװאַנציקסטן יאָר פֿון יוֹ ָתם
דעם זון פֿון עוּ ִזָיהן.
31און די איבעריקע זאַכן װעגן ֶפּ ַקחן ,און אַלץ װאָס ער האָט
געטאָן ,דאָס איז באַשריבן אין בוך פֿון די צ ַײטגעשעענישן פֿון די
מלכים פֿון ישׂראל.