Page 67 - Mlokhim b
P. 67

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫געלײענט פֿאַרן מלך‪ 11 .‬און עס איז געװען‪ ,‬װי דער מלך האָט‬
‫געהערט די װערטער פֿון דעם בוך פֿון דער תּורה‪ ,‬אַזױ האָט ער‬
‫צעריסן ז ַײנע קלײדער‪ 12 .‬און דער מלך האָט באַפֿױלן ִחל ִקָיהו דעם‬
‫כּהן‪ ,‬און אַחי ָקם דעם זון פֿון ָשפֿנען‪ ,‬און ַעכבור דעם זון פֿון מי ָכָיהו‪,‬‬
‫און ָשפֿן דעם שר ַײבער‪ ,‬און ַע ָשָׂיה דעם מלכס דינער אַזױ צו זאָגן‪13 :‬‬
‫גײט פֿרעגט ב ַײ גאָט פֿאַר מיר‪ ,‬און פֿאַר דעם פֿאָלק‪ ,‬און פֿאַר גאַנץ‬
‫יהוּדה‪ ,‬װעגן די װערטער פֿון דעם דאָזיקן געפֿונענעם בוך‪ ,‬װאָרום‬
‫גרױס איז דער גרימצאָרן פֿון גאָט װאָס איז אָנגעצונדן אױף אונדז‪,‬‬
‫פֿאַר װאָס אונדזערע עלטערן האָבן ניט צוגעהערט צו די װערטער‬
‫פֿון דעם דאָזיקן בוך‪ ,‬צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס איז אָנגעשריבן פֿאַר‬

                                                                  ‫אונדז‪.‬‬

‫‪ 14‬איז געגאַנגען ִחל ִקָיהו דער כּהן‪ ,‬און אַחי ָקם‪ ,‬און ַעכבור‪ ,‬און ָשפֿן‪,‬‬
‫און ַע ָשָׂיה‪ ,‬צו חוּל ָדה דער נבֿיאָה‪ ,‬דער װ ַײב פֿון ַשלום דעם זון פֿון‬
‫ִתּקָוה דעם זון פֿון ַחר ַחסן‪ ,‬דעם קלײדער‪-‬היטער– און זי האָט‬
‫געװױנט אין ירושלים‪ ,‬אין צװײטן שטאָטפֿערטל– און זײ האָבן‬
‫גערעדט צו איר‪ 15 .‬האָט זי צו זײ געזאָגט‪ :‬אַזױ האָט געזאָגט יהוה‬
‫דער גאָט פֿון ישׂראל‪ :‬זאָגט צו דעם מאַן װאָס האָט א ַײך געשיקט צו‬
‫מיר‪ 16 :‬אַזױ האָט גאָט געזאָגט‪ :‬זע‪ ,‬איך ברענג אַן אומגליק אױף‬
‫דעם דאָזיקן אָרט און אױף ז ַײנע באַװױנער– אַלע װערטער פֿון דעם‬
‫בוך װאָס דער מלך פֿון יהוּדה האָט געלײענט; ‪ 17‬דערפֿאַר װאָס זײ‬
‫האָבן מיך פֿאַרלאָזן‪ ,‬און האָבן גערײכערט צו פֿרעמדע געטער‪ ,‬כּדי‬
‫מיך צו דערצערענען מיט אַלע מעשׂים פֿון זײערע הענט‪ ,‬דרום װעט‬
‫מ ַײן גרימצאָרן זיך אָנצינדן אױף דעם דאָזיקן אָרט‪ ,‬און װעט ניט‬
‫פֿאַרלאָשן װערן‪ 18 .‬און צו דעם מלך פֿון יהוּדה װאָס שיקט א ַײך‬
‫פֿרעגן ב ַײ גאָט‪ ,‬צו אים זאָלט איר אַזױ זאָגן‪ :‬אַזױ האָט געזאָגט יהוה‬
‫דער גאָט פֿון ישׂראל‪ :‬װעגן די װערטער װאָס דו האָסט געהערט‪19 ,‬‬
‫איז‪ ,‬װ ַײל ד ַײן האַרץ איז װײך געװאָרן‪ ,‬און ביסט געװאָרן‬
‫אונטערטעניק פֿאַר גאָט װען דו האָסט געהערט װאָס איך האָב‬
‫גערעדט אױף דעם דאָזיקן אָרט און אױף ז ַײנע באַװױנער‪ ,‬אַז זײ‬
‫װעלן װערן פֿאַר אַ שרעק און פֿאַר אַ קללה‪ ,‬און האָסט צעריסן ד ַײנע‬
‫קלײדער‪ ,‬און האָסט געװײנט פֿאַר מיר‪ ,‬האָב איך אױך צוגעהערט‪,‬‬
‫זאָגט גאָט‪ 20 .‬דרום זע‪ ,‬איך זאַמל דיך א ַײן צו ד ַײנע עלטערן‪ ,‬און‬
‫װעסט א ַײנגעזאַמלט װערן אין ד ַײן קבֿר בשלום‪ ,‬און ד ַײנע אױגן‬
‫װעלן ניט זען דאָס גאַנצע בײז װאָס איך ברענג אױף דעם דאָזיקן‬

                                                                   ‫אָרט‪.‬‬
   62   63   64   65   66   67   68   69   70   71   72