Page 72 - Mlokhim b
P. 72
ְמ ָל ִכים ב
שטראָף אױפֿן לאַנד ,הונדערט צענטנער זילבער ,און אַ צענטנער
גאָלד.
34און פּרעה-נכו האָט געמאַכט ֶאלָיקים דעם זון פֿון יֹא ִשָיהון פֿאַר
מלך אױף דעם אָרט פֿון ז ַײן פֿאָטער יֹא ִשָיהון ,און ער האָט
אומגעביטן ז ַײן נאָמען אױף יהוָיקים .און יהוֹאָ ָחזן האָט ער
אַװעקגענומען; און ער איז געקומען קײן מצרים ,און איז דאָרטן
געשטאָרבן.
35און דאָס זילבער און דאָס גאָלד האָט יהוָיקים געגעבן צו פּרעהן;
אָבער ער האָט אָפּגעשאַצט דאָס לאַנד ,כּדי צו געבן דאָס געלט לױט
דעם באַפֿעל פֿון פּרעהן; פֿון איטלעכן לױט ז ַײן אָפּשאַצונג האָט ער
אױפֿגעמאָנט דאָס זילבער און דאָס גאָלד פֿון דעם פֿאָלק פֿון לאַנד,
כּדי צו געבן צו פּרעה-נכון.
36פֿינף און צװאַנציק יאָר איז יהוָיקים אַלט געװען ,אַז ער איז
געװאָרן מלך ,און עלף יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושלים .און דער
נאָמען פֿון ז ַײן מוטער איז געװען זבֿוּ ָדה די טאָכטער פֿון פּ ָדָיה ,פֿון
רוּ ָמה.
37און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט ,אַזױ
װי אַלץ װאָס ז ַײנע עלטערן האָבן געטאָן.
1אין ז ַײנע טעג איז אַרױפֿגעגאַנגען נבֿו ַכדֶנא ַצר דער מלך פֿון
ָבבֿל ,און יהוָיקים איז געװען אַ קנעכט צו אים דר ַײ יאָר;כד
דערנאָך האָט ער זיך אָפּגעקערט און האָט װידערשפּעניקט אָן אים.
2און גאָט האָט אָנגעשיקט אױף אים באַנדעס פֿון ַכּשׂדים ,און
באַנדעס פֿון ארם ,און באַנדעס פֿון מואָבֿ ,און באַנדעס פֿון
די קינדער פֿון עמון; און ער האָט זײ אָנגעשיקט אױף יהוּדה ,כּדי עס
אונטערצוברענגען ,אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס ער האָט
גערעדט דורך ז ַײנע קנעכט די נבֿיאים 3 .נאָר לױט דעם מױל פֿון גאָט
איז דאָס געװען אױף יהוּדה ,כּדי זײ אָפּצוטאָן פֿון ז ַײן פּנים ,פֿאַר די
זינד פֿון מנשהן ,לױט אַלץ װאָס ער האָט געטאָן 4 .און אױך פֿאַר
דעם אומשולדיקן בלוט װאָס ער האָט פֿאַרגאָסן ,ביז ער האָט