Page 71 - Mlokhim b
P. 71

‫ְמ ָל ִכים ב‬

‫און מיט ז ַײן גאַנצן כּוח‪ ,‬לױט דער גאַנצער תּורה פֿון משהן; און נאָך‬
                              ‫אים איז ניט אױפֿגעשטאַנען אַזאַ װי ער‪.‬‬

‫‪ 26‬אָבער גאָט האָט זיך ניט אָפּגעקערט פֿון ז ַײן גרױסן גרימצאָרן װען‬
‫ז ַײן צאָרן האָט געגרימט אױף יהוּדה‪ ,‬פֿאַר אַלע דערצערענונגען װאָס‬
‫מנשה האָט אים דערצערנט‪ 27 .‬און גאָט האָט געזאָגט‪ :‬אױך יהוּדה‬
‫װעל איך אָפּטאָן פֿון מ ַײן פּנים‪ ,‬אַזױ װי איך האָב אָפּגעטאָן ישׂראל;‬
‫און איך װעל פֿאַראַכטן די דאָזיקע שטאָט װאָס איך האָב‬
‫אױסדערװײלט‪ ,‬ירושלים‪ ,‬און דאָס הױז װאָס איך האָב געזאָגט‪ :‬מ ַײן‬

                                                ‫נאָמען זאָל דאָרטן ז ַײן‪.‬‬

‫‪ 28‬און די איבעריקע זאַכן װעגן יֹא ִשָיהון‪ ,‬און אַלץ װאָס ער האָט‬
‫געטאָן‪ ,‬דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צ ַײטגעשעענישען פֿון‬

                                                  ‫די מלכים פֿון יהוּדה‪.‬‬

‫‪ 29‬אין ז ַײנע טעג איז אַרױפֿגעגאַנגען פּרעה‪-‬נכו דער מלך פֿון מצרים‬
‫אױף דעם מלך פֿון אשור‪ ,‬ב ַײם ט ַײך פּרת‪ ,‬און דער מלך יֹא ִשָיהו איז‬
‫אים געגאַנגען אַקעגן; און ער האָט אים געטײט אין מ ִגדו‪ ,‬װי ער‬
‫האָט אים דערזען‪ 30 .‬האָבן ז ַײנע קנעכט אים אַװעקגעפֿירט אַ טױטן‬
‫פֿון מ ִגדו‪ ,‬און זײ האָבן אים געבראַכט קײן ירושלים‪ ,‬און האָבן אים‬

                                                 ‫באַגראָבן אין ז ַײן קבֿר‪.‬‬

‫און דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט גענומען יהוֹאָ ָחז דעם זון פֿון‬
‫יֹא ִשָיהון‪ ,‬און זײ האָבן אים געזאַלבט‪ ,‬און אים געמאַכט פֿאַר מלך‬

                                               ‫אױף ז ַײן פֿאָטערס אָרט‪.‬‬

‫‪ 31‬דר ַײ און צװאַנציק יאָר איז יהוֹאָ ָחז אַלט געװען‪ ,‬אַז ער איז‬
‫געװאָרן מלך‪ ,‬און דר ַײ חדשים האָט ער געקיניגט אין ירושלים‪ .‬און‬
‫דער נאָמען פֿון ז ַײן מוטער איז געװען ַחמו ַטל‪ ,‬די טאָכטער פֿון‬

                                                     ‫ִירמָיהון‪ ,‬פֿון ִלבָֿנה‪.‬‬

‫‪ 32‬און ער האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט‪ ,‬אַזױ‬
                             ‫װי אַלץ װאָס ז ַײנע עלטערן האָבן געטאָן‪.‬‬

‫‪ 33‬און פּרעה‪-‬נכו האָט אים א ַײנגעשפּאַרט אין ִרבֿ ָלה‪ ,‬אין לאַנד ַחמת‪,‬‬
‫אַז ער זאָל ניט קיניגן אין ירושלים‪ .‬און ער האָט אַרױפֿגעלײגט אַ‬
   66   67   68   69   70   71   72   73   74   75   76