Page 70 - Mlokhim b
P. 70
ְמ ָל ִכים ב
עס האָט אױסגערופֿן דער געטלעכער מאַן װאָס האָט אױסגערופֿן די
דאָזיקע זאַכן.
17און ער האָט געזאָגט :װאָס איז יענער צײכן װאָס איך זע? האָבן
די מענטשן פֿון שטאָט צו אים געזאָגט :דאָס איז דער קבֿר פֿון דעם
געטלעכן מאַן װאָס איז געקומען פֿון יהוּדה ,און האָט אױסגערופֿן די
דאָזיקע זאַכן װאָס דו האָסט געטאָן צו דעם דאָזיקן מזבח אין ֵבית-
ֵאל 18 .האָט ער צו זײ געזאָגט :לאָזט אים אין רו; קײנער זאָל ניט
רירן ז ַײנע בײנער .האָבן זײ אױסגעלאָזט ז ַײנע בײנער מיט די בײנער
פֿון דעם נבֿיא װאָס איז אַרױסגעקומען פֿון שומרון.
19און אױך אַלע ה ַײזער פֿון די ָבמות װאָס אין די שטעט פֿון
שומרון ,װאָס די מלכים פֿון ישׂראל האָבן געמאַכט צו דערצערענען
]גאָט[ ,האָט יֹא ִשָיהו אָפּגעטאָן ,און ער האָט געטאָן צו זײ אַזױ װי
אַלע טוּונגען װאָס ער האָט געטאָן אין ֵביתֵ -אל 20 .און ער האָט
געשלאַכט אַלע כּהנים פֿון די ָבמות װאָס ז ַײנען דאָרטן געװען ,אױף
די מזבחות ,און האָט פֿאַרברענט בײנער פֿון מענטשן אױף זײ.
און ער האָט זיך אומגעקערט קײן ירושלים.
21און דער מלך האָט באַפֿױלן דעם גאַנצן פֿאָלק ,אַזױ צו זאָגן:
מאַכט אַ קרבן-פּסח צו יהוה א ַײער גאָט ,אַזױ װי עס שטײט געשריבן
אין דעם דאָזיקן בוך פֿון בונד 22 .װאָרום אַזאַ װי דער דאָזיקער
קרבן-פּסח איז ניט געמאַכט געװאָרן פֿון די טעג פֿון די שופֿטים װאָס
האָבן געמשפּט ישׂראל ,און אין אַלע טעג פֿון די מלכים פֿון ישׂראל,
און די מלכים פֿון יהוּדה 23 .נאָר אין אַכצנטן יאָר פֿון מלך יֹא ִשָיהון
איז געמאַכט געװאָרן דער דאָזיקער קרבן-פּסח צו גאָט אין ירושלים.
24און אױך די ג ַײסטערזעער און די טױטנבאַשװערער ,און די
תּרפֿים ,און די אָפּגעטער ,און אַלע אומװערדיקײטן ,װאָס ז ַײנען
געזען געװאָרן אין לאַנד יהוּדה און אין ירושלים ,האָט יֹא ִשָיהו
אױסגעראַמט ,כּדי מקיים צו ז ַײן די װערטער פֿון דער תּורה װאָס
שטײען געשריבן אין דעם בוך װאָס ִחל ִקָיהו דער כּהן האָט געפֿונען
אין הױז פֿון גאָט.
25און אַזאַ װי ער איז ניט געװען קײן מלך פֿאַר אים ,װאָס זאָל זיך
אומקערן צו גאָט מיט ז ַײן גאַנצן האַרצן און מיט ז ַײן גאַנצער זעל