Page 140 - Yekhezkel
P. 140

‫יחזקאל‬

‫טױזנט; פֿירעקעכדיק זאָלט איר אָפּשײדן די הײליקע אָפּשײדונג מיט‬
                                        ‫דעם אײגנטום פֿון דער שטאָט‪.‬‬

‫‪ 21‬און דאָס איבעריקע זאָל ז ַײן פֿאַר דעם פֿירשט; פֿון דער ז ַײט און‬
‫פֿון יענער ז ַײט פֿון דער הײליקער אָפּשײדונג און פֿון דעם אײגנטום‬
‫פֿון דער שטאָט‪ ,‬אַקעגן די פֿינף און צװאַנציק טױזנט פֿון דער‬
‫אָפּשײדונג ביז דעם געמאַרק צו מזרח‪ ,‬און צו מערבֿ אַקעגן די פֿינף‬
‫און צװאַנציק טױזנט ביז דעם געמאַרק צו מערבֿ‪ ,‬אַקעגן די חלקים‪,‬‬
‫פֿאַר דעם פֿירשט; און די הײליקע אָפּשײדונג מיט דעם הײליקטום‬
‫פֿון הױז זאָל ז ַײן אין מיטן פֿון דעם‪ 22 .‬און דאָס אײגנטום פֿון די‬
‫ל ִו ִיים‪ ,‬און דאָס אײגנטום פֿון דער שטאָט‪ ,‬זאָל ז ַײן אין מיטן פֿון דעם‬
‫װאָס פֿאַרן פֿירשט; צװישן דעם געמאַרק פֿון יהוּדה און צװישן דעם‬

                        ‫געמאַרק פֿון בנימין זאָל ז ַײן פֿאַר דעם פֿירשט‪.‬‬

‫‪ 23‬און די איבעריקע שבֿטים‪ :‬פֿון מזרח‪-‬ז ַײט ביז מערבֿ‪-‬ז ַײט‪ ,‬בנימין‪,‬‬
‫אײן חלק‪ 24 .‬און לעבן דעם געמאַרק פֿון בנימין‪ ,‬פֿון מזרח‪-‬ז ַײט ביז‬
‫מערבֿ‪-‬ז ַײט‪ ,‬שמעון‪ ,‬אײן חלק‪ 25 .‬און לעבן דעם געמאַרק פֿון שמעון‪,‬‬
‫פֿון מזרח‪-‬ז ַײט ביז מערבֿ‪-‬ז ַײט‪ִ ,‬ישׂ ָשׂ ָכר‪ ,‬אײן חלק‪ 26 .‬און לעבן דעם‬
‫געמאַרק פֿון ִישׂ ָשׂ ָכר‪ ,‬פֿון מזרח‪-‬ז ַײט ביז מערבֿ‪-‬ז ַײט‪ ,‬זבֿולון‪ ,‬אײן חלק‪.‬‬
‫‪ 27‬און לעבן דעם געמאַרק פֿון זבֿולון‪ ,‬פֿון מזרח‪-‬ז ַײט ביז מערבֿ‪-‬ז ַײט‪,‬‬
‫ָגד‪ ,‬אײן חלק‪ 28 .‬און לעבן דעם געמאַרק פֿון ָגד‪ ,‬אין ָדרום ז ַײט צו‬
‫ָדרום‪ ,‬זאָל דער געמאַרק ז ַײן פֿון ָתּ ָמר ביז די װאַסערן פֿון מריבֿות‪-‬‬
‫ָק ֵדש‪ ,‬ביזן ט ַײך‪ ,‬ביז צום ים‪-‬הגדול‪ 29 .‬דאָס איז דאָס לאַנד װאָס איר‬
‫זאָלט אױסװאַרפֿן פֿאַר אַ נחלה צו די שבֿטים פֿון ישׂראל‪ ,‬און דאָס‬

                     ‫ז ַײנען זײערע א ַײנטײלונגען‪ ,‬זאָגט גאָט דער האַר‪.‬‬

‫‪ 30‬און דאָס ז ַײנען די אױסלאָזן פֿון דער שטאָט‪ :‬פֿון צפֿון‪-‬ז ַײט פֿיר‬
‫טױזנט און פֿינף הונדערט שטאַנגען אױפֿן מאָס; ‪ 31‬און די טױערן‬
‫פֿון דער שטאָט זאָלן ז ַײן אױף די נעמען פֿון די שבֿטים פֿון ישׂראל;‬
‫דר ַײ טױערן צו צפֿון‪ :‬דער טױער פֿון ראובֿן‪ ,‬אײנער; דער טױער פֿון‬
‫יהוּדה‪ ,‬אײנער; דער טױער פֿון ֵלוי‪ ,‬אײנער‪ 32 .‬און צו מזרח‪-‬ז ַײט פֿיר‬
‫טױזנט און פֿינף הונדערט‪ ,‬און דר ַײ טױערן‪ :‬דער טױער פֿון יוסף‪,‬‬
‫אײנער; דער טױער פֿון בנימין‪ ,‬אײנער; דער טױער פֿון ָדן‪ ,‬אײנער‪.‬‬
‫‪ 33‬און אין ָדרום‪-‬ז ַײט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט אױפֿן מאָס‪ ,‬און‬
‫דר ַײ טױערן‪ :‬דער טױער פֿון שמעון‪ ,‬אײנער; דער טױער פֿון ִישׂ ָשׂ ָכר‪,‬‬
‫אײנער; דער טױער פֿון זבֿולון‪ ,‬אײנער‪ 34 .‬מערבֿ‪-‬ז ַײט פֿיר טױזנט און‬
   135   136   137   138   139   140   141   142   143   144   145