Page 139 - Yekhezkel
P. 139
יחזקאל
אין מיטן פֿון דעם 9 .די אָפּשײדונג װאָס איר װעט אָפּשײדן צו גאָט,
זאָל ז ַײן די לענג פֿינף און צװאַנציק טױזנט ,און די ברײט צען
טױזנט 10 .און פֿאַר די דאָזיקע ,פֿאַר די כּהנים ,זאָל די הײליקע
אָפּשײדונג ז ַײן :צו צפֿון פֿינף און צװאַנציק טױזנט ,און צו מערבֿ צען
טױזנט די ברײט ,און צו מזרח צען טױזנט די ברײט ,און צו ָדרום
פֿינף און צװאַנציק טױזנט די לענג; און דאָס הײליקטום פֿון גאָט
זאָל ז ַײן אין מיטן פֿון דעם 11 .דער געהײליקטער טײל זאָל ז ַײן פֿאַר
די כּהנים פֿון די קינדער פֿון ָצדוק װאָס האָבן געהיט מ ַײן היטונג,
װאָס האָבן ניט אַװעקגעבלאָנדזשעט ,װען די קינדער פֿון
ישׂראל האָבן אַװעקגעבלאָנדזשעט ,אַזױ װי די ל ִו ִיים האָבן
אַװעקגעבלאָנדזשעט 12 .און עס זאָל ז ַײן אַן אָפּשײדונג פֿאַר זײ פֿון
דער אָפּשײדונג פֿון דעם לאַנד – אַ הײליקײט פֿון הײליקײטן ,לעבן
דעם געמאַרק פֿון די ל ִוִיים 13 .און פֿאַר די ל ִוִיים ,אַקעגן דעם
געמאַרק פֿון די כּהנים ,פֿינף און צװאַנציק טױזנט די לענג ,און די
ברײט צען טױזנט; איטלעכע לענג פֿינף און צװאַנציק טױזנט ,און די
ברײט צען טױזנט 14 .און זײ זאָלן דערפֿון ניט פֿאַרקױפֿן ,און מע
זאָל ניט אױסב ַײטן ,און ניט איבערגעבן דאָס ערשטע פֿון דעם לאַנד,
װאָרום עס איז הײליק צו גאָט.
15און די פֿינף טױזנט װאָס בל ַײבן אין דער ברײט ,פֿאַר לענג פֿון די
פֿינף און צװאַנציק טױזנט ,דאָס זאָל ז ַײן װאָכעדיק ,פֿאַר אַ שטאָט
צום װױנען ,און פֿאַר אַ פֿר ַײען פּלאַץ; און די שטאָט זאָל ז ַײן אין
מיטן פֿון דעם 16 .און דאָס ז ַײנען אירע מאָסן; צפֿון-ז ַײט פֿיר טױזנט
און פֿינף הונדערט ,און ָדרום-ז ַײט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט ,און
פֿון מזרח-ז ַײט פֿיר טױזנט און פֿינף הונדערט ,און מערבֿ-ז ַײט פֿיר
טױזנט און פֿינף הונדערט 17 .און אַ פֿר ַײער פּלאַץ זאָל ז ַײן צו דער
שטאָט :צו צפֿון צװײ הונדערט און פֿופֿציק ,און צו ָדרום צװײ
הונדערט און פֿופֿציק ,און צו מזרח צװײ הונדערט און פֿופֿציק ,און
צו מערבֿ צװײ הונדערט און פֿופֿציק 18 .און װאָס בל ַײבט איבער אין
דער לענג ,אַקעגן דער הײליקער אָפּשײדונג ,צען טױזנט צו מזרח,
און צען טױזנט צו מערבֿ – דאָס װאָס איז אַקעגן דער הײליקער
אָפּשײדונג ,זאָל דער א ַײנקום דערפֿון ז ַײן פֿאַר ברױט פֿאַר די
אַרבעטער פֿון דער שטאָט 19 .און די װאָס אַרבעטן אין דער שטאָט,
זאָלן עס באַאַרבעטן – פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל 20 .די גאַנצע
אָפּשײדונג ,פֿינף און צװאַנציק טױזנט אױף פֿינף און צװאַנציק