Page 136 - Yekhezkel
P. 136
יחזקאל
19און ער האָט מיך געבראַכט דורך דעם א ַײנגאַנג װאָס ב ַײן ז ַײט
טױער צו די הײליקע קאַמערן פֿאַר די כּהנים ,װאָס ז ַײנען געװען
געקערט צו צפֿון ,ערשט דאָרטן איז געװען אַן אָרט אין װינקל צו
מערבֿ 20 .און ער האָט צו מיר געזאָגט :דאָס איז דער אָרט װאָס די
כּהנים זאָלן דאָרטן קאָכן דאָס שולדאָפּפֿער און דאָס זינדאָפּפֿער ,װוּ
זײ זאָלן באַקן דאָס שפּ ַײזאָפּפֿער ,כּדי ניט אַרױסצוטראָגן אין דעם
אױסנװײניקסטן הױף ,צו מאַכן הײליק דאָס פֿאָלק.
21און ער האָט מיך אַרױסגעפֿירט אין דעם אױסנװײניקסטן הױף,
און האָט מיך פֿאַרב ַײגעפֿירט פֿאַרב ַײ די פֿיר װינקלען פֿון הױף ,ערשט
אַ הױף אין אַ װינקל הױף ,אַ הױף אין אַ װינקל הױף 22 .און אין די
פֿיר װינקלען פֿון הױף ז ַײנען געװען א ַײנגעשלאָסענע הױפֿן ,פֿערציק
די לענג ,און דר ַײסיק די ברײט; אײן מאָס ב ַײ זײ פֿירן אין די
װינקלען 23 .און אַ צײל שטײנער איז געװען רונד אַרום אין זײ ,רונד
אַרום ב ַײ זײ פֿירן ,און קיכן געמאַכט אונטער די צײלן רונד אַרום.
24און ער האָט צו מיר געזאָגט :דאָס איז די קאָכשטוב װאָס די
באַדינער פֿון הױז זאָלן דאָרטן קאָכן דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון פֿאָלק.
1און ער האָט מיך צוריקגעבראַכט צו דעם א ַײנגאַנג פֿון
הױז ,ערשט װאַסער גײט אַרױס פֿון אונטער דער שװעל פֿוןמז
הױז ,צו מזרח ,װאָרום די פֿאָדערז ַײט פֿון הױז איז געװען צו מזרח;
און דאָס װאַסער האָט אַראָפּגענידערט פֿון אונטן ,פֿון דער רעכטער
ז ַײט פֿון הױז ,אין ָדרום פֿון מזבח 2 .און ער האָט מיך אַרױסגעפֿירט
דורכן צפֿון-טױער ,און האָט מיך אַרױסגעפֿירט דורך דרױסן ,צו דעם
אױסנװײניקסטן טױער ,אױף דעם װעג װאָס איז געקערט צו מזרח;
ערשט װאַסער פֿליסט אַרױס פֿון דער רעכטער ז ַײט.
3װי דער מאַן איז אַרױסגעגאַנגען צו מזרח מיט אַ מעסטשנור אין
ז ַײן האַנט ,אַזױ האָט ער אָפּגעמאָסטן טױזנט אײלן ,און האָט מיך
דורכגעפֿירט דורכן װאַסער – װאַסער ביז די קנעכלעך 4 .און ער
האָט אָפּגעמאָסטן טױזנט ,און האָט מיך דורכגעפֿירט דורכן װאַסער –
װאַסער ביז די קני .און ער האָט אָפּגעמאָסטן טױזנט ,און האָט
מיך דורכגעפֿירט דורך װאַסער ביז די לענדן 5 .און ער האָט
אָפּגעמאָסטן טױזנט – אַ ט ַײך װאָס איך האָב ניט געקענט