Page 135 - Yekhezkel
P. 135

‫יחזקאל‬

‫זיך צו בוקן‪ ,‬אַרױסגײן דורכן ָדרום‪-‬טױער‪ ,‬און דער װאָס גײט אַר ַײן‬
‫דורכן ָדרום‪-‬טױער‪ ,‬זאָל אַרױסגײן דורכן צפֿון‪-‬טױער; ער זאָל זיך ניט‬
‫אומקערן דורך דעם טױער װאָס ער איז דורך אים אַר ַײנגעגאַנגען‪,‬‬
‫נאָר אַנטקעגן זיך זאָל ער אַרױסגײן‪ 10 .‬און דער פֿירשט זאָל ז ַײן‬
‫צװישן זײ‪ :‬װען זײ גײען אַר ַײן‪ ,‬זאָל ער אַר ַײנגײן‪ ,‬און װען זײ גײען‬
‫אַרױס‪ ,‬זאָלן זײ אַרױסגײן אין אײנעם‪ 11 .‬און אין די יום‪-‬טובֿים און‬
‫אין די פֿ ַײערטעג זאָל דאָס שפּ ַײזאָפּפֿער ז ַײן אַן ֵאיפֿה צו אַן אָקס‪,‬‬
‫און אַן ֵאיפֿה צו אַ װידער‪ ,‬און צו די שעפּסן לױט דער גאָב פֿון ז ַײן‬

                                    ‫האַנט; און אײל אַ הין צו אַן ֵאיפֿה‪.‬‬

‫‪ 12‬און אַז דער פֿירשט װעט מאַכן אַ פֿר ַײװיליקן קרבן‪ ,‬אַ‬
‫בראַנדאָפּפֿער‪ ,‬אָדער אַ פֿרידאָפּער‪ ,‬אַ פֿר ַײװיליקן קרבן צו גאָט‪ ,‬זאָל‬
‫מען עפֿענען פֿאַר אים דעם טױער װאָס איז געקערט צו מזרח‪ ,‬און‬
‫ער זאָל מאַכן ז ַײן בראַנדאָפּפֿער און ז ַײן פֿרידאָפּפֿער‪ ,‬אַזױ װי ער‬
‫מאַכט אין טאָג פֿון שבת‪ ,‬און אַרױסגײן; און מע זאָל פֿאַרשליסן דעם‬

                                              ‫טױער נאָך ז ַײן אַרױסגײן‪.‬‬

‫‪ 13‬און אַ שעפּס אַ יאָריקן אָן אַ פֿעלער זאָלסטו מאַכן אַ‬
‫בראַנדאָפּפֿער איטלעכן טאָג צו גאָט; פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן‬
‫זאָלסטו עס מאַכן‪ 14 .‬און אַ שפּ ַײזאָפּפֿער זאָלסטו מאַכן צו אים‬
‫פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן‪ ,‬אַ זעקסטל פֿון אַן ֵאיפֿה‪ ,‬און אײל אַ דריטל‬
‫הין צו באַשפּריצן דאָס זעמלמעל‪ ,‬אַ שפּ ַײזאָפּפֿער צו גאָט; אײביקע‬
‫געזעצן אױף תּמיד‪ 15 .‬זײ זאָלן מאַכן דעם שעפּס‪ ,‬און דאָס‬
‫שפּ ַײזאָפּפֿער‪ ,‬און דאָס אײל‪ ,‬פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן‪ ,‬אַ שטענדיק‬

                                                         ‫בראַנדאָפּפֿער‪.‬‬

‫‪ 16‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪ :‬אַז דער פֿירשט װעט געבן‬
‫עמיצן פֿון ז ַײנע זין אַ מתּנה‪ ,‬איז דאָס ז ַײן נחלה‪ ,‬זאָל עס בל ַײבן ב ַײ‬
‫ז ַײנע זין; דאָס איז זײער אײגנטום פֿאַר אַ נחלה‪ 17 .‬אָבער אַז ער‬
‫װעט געבן אַ מתּנה פֿון ז ַײן נחלה צו אײנעם פֿון ז ַײנע קנעכט‪ ,‬זאָל‬
‫עס צו אים געהערן ביז דעם יאָר פֿון פֿר ַײלאָזונג‪ ,‬און זיך אומקערן‬
‫צום פֿירשט; בלױז װאָס ער גיט פֿאַר אַ נחלה צו ז ַײנע זין‪ ,‬זאָל‬
‫בל ַײבן ב ַײ זײ‪ 18 .‬און דער פֿירשט זאָל ניט נעמען פֿון דעם פֿאָלקס‬
‫נחלה‪ ,‬זײ צו קריװדען פֿון זײער אײגנטום; פֿון ז ַײן אײגנטום זאָל ער‬
‫געבן אַ נחלה צו ז ַײנע זין; כּדי מ ַײן פֿאָלק זאָל ניט צעשפּרײט װערן‬

                                          ‫איטלעכער פֿון ז ַײן אײגנטום‪.‬‬
   130   131   132   133   134   135   136   137   138   139   140