Page 130 - Yekhezkel
P. 130

‫יחזקאל‬

‫רעד מיט דיר װעגן אַלע געזעצן פֿון דעם הױז פֿון גאָט‪ ,‬און װעגן‬
‫אַלע ז ַײנע דינים; און זאָלסט צולײגן ד ַײן האַרץ צו דעם א ַײנגאַנג פֿון‬
‫דעם הױז מיט אַלע אױסגאַנגען פֿון דעם הײליקטום‪ 6 .‬און זאָלסט‬
‫זאָגן צו די װידערשפּעניקע‪ ,‬צו דעם הױז פֿון ישׂראל‪ :‬אַזױ האָט‬
‫געזאָגט גאָט דער האַר‪ :‬גענוג א ַײך פֿון אַלע א ַײערע אומװערדיקײטן‪,‬‬
‫הױז פֿון ישׂראל‪ 7 ,‬מיט א ַײער ברענגען פֿרעמדגעבאָרענע‪,‬‬
‫אומבאַשניטענע אין האַרצן און אומבאַשניטענע אין פֿלײש צו ז ַײן‬
‫אין מ ַײן הײליקטום‪ ,‬כּדי עס צו פֿאַרשװעכן – מ ַײן הױז‪ ,‬װען איר‬
‫ז ַײט מקריבֿ מ ַײן שפּ ַײז‪ ,‬דאָס פֿעטס און דאָס בלוט; און זײ האָבן‬
‫פֿאַרשטערט מ ַײן בונד‪ ,‬צו אַלע א ַײערע אַנדערע אומװערדיקײטן‪.‬‬
‫‪ 8‬און איר האָט ניט געהיט די היטונג פֿו מ ַײנע הײליקײטן‪ ,‬און האָט‬

   ‫א ַײך זײ געמאַכט פֿאַר היטער פֿון מ ַײן היטונג אין מ ַײן הײליקטום‪.‬‬

‫‪ 9‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪ :‬קײן פֿרעמדגעבאָרענער‪,‬‬
‫אומבאַשניטן אין האַרצן און אומבאַשניטן אין פֿלײש‪ ,‬זאָל ניט‬
‫אַר ַײנקומען אין מ ַײן הײליקטום – קײן פֿרעמדגעבאָרענער װאָס‬
‫צװישן די קינדער פֿון ישׂראל‪ 10 .‬נ ַײערט די ל ִוִיים װאָס האָבן זיך‬
‫דערװ ַײטערט פֿון מיר‪ ,‬װען די ישׂראל האָבן אַװעקגעבלאָנדזשעט‪ ,‬די‬
‫װאָס האָבן אַװעקגעבלאָנדזשעט פֿון מיר נאָך זײערע אָפּגעטער‪ ,‬זײ‬
‫זאָלן טראָגן זײער זינד; ‪ 11‬און זײ זאָלן ז ַײן משרתים אין מ ַײן‬
‫הײליקטום‪ ,‬געשטעלטע ב ַײ די טױערן פֿון הױז‪ ,‬און משרתים פֿון‬
‫דעם הױז; זײ זאָלן שעכטן דאָס בראַנדאָפּפֿער און דעם‬
‫שלאַכטאָפּפֿער פֿאַרן פֿאָלק‪ ,‬און זײ זאָלן שטײן פֿאַר זײ‪ ,‬זײ צו‬
‫באַדינען‪ 12 .‬װ ַײל זײ פֿלעגן זײ באַדינען פֿאַר זײערע אָפּגעטער‪ ,‬און‬
‫פֿלעגן ז ַײן דעם הױז פֿון ישׂראל פֿאַר אַ שטרױכלונג צו זינד‪ ,‬דרום‬
‫האָב איך אױפֿגעהױבן מ ַײן האַנט װעגן זײ‪ ,‬זאָגט גאָט דער האַר‪ ,‬אַז‬
‫זײ זאָל טראָגן זײער זינד; ‪ 13‬און זײ זאָלן ניט גענענען צו מיר צו‬
‫טאָן כּהן‪-‬דינסט צו מיר‪ ,‬און צו גענענען צו אַלע מ ַײנע הײליקײטן‪ ,‬צו‬
‫די הײליקסטע הײליקײטן; און זײ זאָלן טראָגן זײער שאַנד‪ ,‬און‬
‫זײערע אומװערדיקײטן װאָס זײ האָבן געטאָן‪ 14 .‬און איך װעל זײ‬
‫מאַכן פֿאַר היטער פֿון דער היטונג פֿון הױז‪ ,‬פֿאַר אַל ז ַײן דינסט‪ ,‬און‬

                          ‫פֿאַר אַלץ װאָס דאַרף געטאָן װערן אין אים‪.‬‬

‫‪ 15‬אָבער די כּהנים פֿון שבֿט ֵלוי‪ ,‬די קינדער פֿון ָצדוק‪ ,‬װאָס האָבן‬
‫געהיט די היטונג פֿון מ ַײן הײליקטום‪ ,‬װען די קינדער פֿון ישׂראל‬
‫האָבן אַװעקגעבלאָנדזשעט פֿון מיר‪ ,‬זײ זאָלן גענענען צו מיר‪ ,‬מיר צו‬
   125   126   127   128   129   130   131   132   133   134   135