Page 125 - Yekhezkel
P. 125

‫יחזקאל‬

‫געהאַט איטלעכער כּרובֿ‪ 19 ,‬מיט דעם פּנים פֿון אַ מענטשן קעגן אַ‬
‫טײטלבױם פֿון דער ז ַײט‪ ,‬און דעם פּנים פֿון אַ יונגן לײב קעגן אַ‬
‫טײטלבױם פֿון דער אַנדער ז ַײט; געמאַכט אױפֿן גאַנצן הױז רונד‬
‫אַרום‪ 20 .‬פֿון דער ערד ביז איבערן א ַײנגאַנג ז ַײנען די כּרובֿים און די‬
‫טײטלבײמער געװען געמאַכט; דאָס גל ַײכן אױף דער װאַנט פֿון ֵהיכל‪.‬‬
‫‪ 21‬און די ב ַײשטידלעך פֿון ֵהיכל ז ַײנען געװען פֿירעקעכדיק; און די‬
‫פֿאָדערז ַײט פֿון דעם הײליקטום איז געװען אין אױסזען אַזױ װי די‬

                                                                  ‫זעונג‪.‬‬

‫‪ 22‬און דער מזבח איז געװען פֿון האָלץ‪ ,‬דר ַײ אײלן הױך‪ ,‬און ז ַײן‬
‫לענג צװײ אײלן; אי ז ַײנע װינקלען צו אים‪ ,‬אי ז ַײן לענג‪ ,‬און ז ַײנע‬
‫װענט‪ ,‬פֿון האָלץ‪ .‬און ער האָט צו מיר געזאָגט‪ :‬דאָס איז דער טיש‬

                                                        ‫װאָס פֿאַר גאָט‪.‬‬

‫‪ 23‬און צװײ טירן ז ַײנען געװען צום ֵהיכל און צום הײליקטום‪ 24 .‬און‬
‫צװײ פֿליגלען האָבן די טירן געהאַט‪ ,‬צװײ דרײעדיקע פֿליגלען‪ ,‬צװײ‬
‫אין אײן טיר‪ ,‬און צװײ פֿליגלען אין דער אַנדערער‪ 25 .‬און אױף זײ‪,‬‬
‫אױף די טירן פֿון דעם ֵהיכל‪ ,‬ז ַײנען געװען געמאַכט כּרובֿים און‬
‫טײטלבײמער‪ ,‬אַזױ װי זײ ז ַײנען געמאַכט געװען אױף די װענט; און אַ‬
‫הילצערן באַלקנדעכל איז געװען פֿאָרנט פֿון פּאָליש פֿון אױסנװײניק‪.‬‬
‫‪ 26‬און שמאָלע פֿענצטער און טײטלבײמער ז ַײנען געװען פֿון דער‬
‫ז ַײט און פֿון דער אַנדער ז ַײט‪ ,‬אױף די ז ַײטן פֿון פּאָליש‪ ,‬און אױף די‬

                     ‫ז ַײטקאַמערן פֿון דעם הױז און די באַלקנדעכלעך‪.‬‬

‫‪ 1‬און ער האָט מיך אַרױסגעפֿירט אין דעם אױסנװײניקסטן‬

‫הױף אױפֿן װעג צו צפֿון‪ ,‬און האָט מיך געבראַכט צו דימב‬

‫קאַמערן װאָס אַקעגן דעם אָפּגעזונדערטן אָרט‪ ,‬און װאָס אַקעגן דעם‬
‫בנין‪ ,‬צו צפֿון‪ 2 ,‬צו דער פֿאָדערז ַײט‪ ,‬הונדערט אײלן די לענג‪ ,‬מיט‬
‫דעם א ַײנגאַנג אין צפֿון‪ ,‬און פֿופֿציק אײלן די ברײט‪ 3 ,‬אַקעגן די‬
‫צװאַנציק אײלן פֿון דעם אינעװײניקסטן הױף‪ ,‬און אַקעגן דער‬
‫פֿלאַסטערונג פֿון דעם אױסנװײניקסטן הױף‪ ,‬מיט אַ באַלקאָן קעגן אַ‬
‫באַלקאָן אין דריטן שטאָק‪ 4 .‬און פֿאַר די קאַמערן איז געװען אַ גאַנג‪,‬‬
‫צען אײלן די ברײט אינעװײניקצו‪ ,‬אַ װעג פֿון אײן אײל; און זײערע‬
‫א ַײנגאַנגען ז ַײנען געװען צו צפֿון‪ 5 .‬און די אױבערשטע קאַמערן‬
‫ז ַײנען געװען קירצער – װ ַײל די באַלקאָנען האָבן אַװעקגענומען‬
   120   121   122   123   124   125   126   127   128   129   130