Page 121 - Yekhezkel
P. 121
יחזקאל
מען אַרױפֿגעגאַנגען אין אים; און ז ַײנע געװעלבן ז ַײנען געװען פֿאַר
זײ 23 .און אַ טױער צום אינעװײניקסטן הױף איז געװען קעגן טױער
צו צפֿון ,און צו מזרח; און ער האָט אָפּגעמאָסטן פֿון טױער צו טױער
הונדערט אײלן.
24און ער האָט מיך געפֿירט צו ָדרום ,ערשט דאָרטן איז אַ טױער צו
ָדרום; און ער האָט אָפּגעמאָסטן ז ַײנע טירז ַײלן און ז ַײנע געװעלבן
אַזױ װי יענע מאָסן 25 .און פֿענצטער ז ַײנען געװען אין אים ,און אין
ז ַײנע געװעלבן רונד אַרום ,אַזױ װי יענע פֿענצטער; פֿופֿציק אײלן די
לענג ,און די ברײט פֿינף און צװאַנציק אײלן 26 .און זיבן טרעפּ
ז ַײנען געװען ז ַײן אַרױפֿגאַנג ,און ז ַײנע געװעלבן ז ַײנען געװען פֿאַר
זײ; און ער האָט געהאַט טײטלבײמער ,אײנעם פֿון דער ז ַײט ,און
אײנעם פֿון דער אַנדער ז ַײט ,אױף ז ַײנע טירז ַײלן 27 .און אַ טױער איז
געװען צום אינעװײניקסטן הױף אַקעגן ָדרום; און ער האָט
אָפּגעמאָסטן פֿון טױער צו טױער אַקעגן ָדרום הונדערט אײלן.
28און ער האָט מיך געבראַכט צום אינעװײניקסטן הױף דורך דעם
טױער פֿון ָדרום ,און ער האָט אָפּגעמאָסטן דעם טױער פֿון ָדרום אַזױ
װי יענע מאָסן 29 .און ז ַײנע אַלקערס ,און ז ַײנע טירז ַײלן ,און ז ַײנע
געװעלבן ,ז ַײנען געװען אַזױ װי יענע מאָסן; און פֿענצטער ז ַײנען
געװען אין אים ,און אין ז ַײנע געװעלבן רונד אַרום; פֿופֿציק אײלן די
לענג ,און די ברײט פֿינף און צװאַנציק אײלן 30 .און געװעלבן ז ַײנען
געװען רונד אַרום; די לענג איז געװען פֿינף און צװאַנציק אײלן ,און
די ברײט פֿינף אײלן 31 .און ז ַײנע געװעלבן ז ַײנען געװען צום
אױסנװײניקסטן הױף צו ,און טײטלבײמער ז ַײנען געװען אױף ז ַײנע
טירז ַײלן; און אַכט טרעפּ ז ַײנען געװען ז ַײן אַרױפֿגאַנג.
32און ער האָט מיך געבראַכט אין דעם אינעװײניקסטן הױף אַקעגן
מזרח ,און ער האָט אָפּגעמאָסטן דעם טױער אַזױ װי יענע מאָסן.
33און ז ַײנע אַלקערס ,און ז ַײנע טירז ַײלן ,און ז ַײנע געװעלבן ,ז ַײנען
געװען אַזױ װי יענע מאָסן; און פֿענצטער ז ַײנען געװען אין אים ,און
אין ז ַײנע געװעלבן רונד אַרום; די לענג פֿופֿציק אײלן ,און די ברײט
פֿינף און צװאַנציק אײלן 34 .און ז ַײנע געװעלבן ז ַײנען געװען צום
אױסנװײניקסטן הױף צו ,און טײטלבײמער ז ַײנען געװען אױף ז ַײנע
טירז ַײלן ,פֿון דער ז ַײט און פֿון דער אַנדער ז ַײט; און אַכט טרעפּ
ז ַײנען געװען ז ַײן אַרױפֿגאַנג.