Page 118 - Yekhezkel
P. 118
יחזקאל
מיט גיבורים און אַלערלײ מלחמה-ל ַײט,
זאָגט גאָט דער האַר.
21און איך װעל געבן מ ַײן כּבֿוד צװישן די פֿעלקער,
און אַלע פֿעלקער װעלן זען מ ַײן משפּט װאָס איך האָב געטאָן,
און מ ַײן האַנט װאָס איך האָב אַרױפֿגעטאָן אױף זײ.
22און דאָס הױז פֿון ישׂראל װעט װיסן
פֿון יענעם טאָג אָן און װ ַײטער,
אַז איך בין יהוה זײער גאָט.
23און די פֿעלקער װעלן װיסן,
אַז דורך זײערע זינד איז אין גלות אַװעק דאָס הױז פֿון ישׂראל,
פֿאַר װאָס זײ האָבן געפֿעלשט אָן מיר,
און איך האָב פֿאַרבאָרגן מ ַײן פּנים פֿון זײ;
און איך האָב זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון זײערע פֿ ַײנט,
און זײ ז ַײנען געפֿאַלן דורכן שװערד אַלע.
24לױט זײער אומרײנקײט און לױט זײערע פֿאַרברעכן
האָב איך געטאָן מיט זײ,
און פֿאַרבאָרגן מ ַײן פּנים פֿון זײ.
25פֿאַר װאָר ,אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
אַצונד װעל איך אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון יעקבֿ,
און װעל דערבאַרימען דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל;
און איך װעל זיך אָננעמען פֿאַר מ ַײן הײליקן נאָמען.
26און זײ װעלן טראָגן זײער שאַנד,
און זײער גאַנצע פֿעלשונג װאָס זײ האָבן געפֿעלשט אָן מיר,
װען זײ זיצן אױף זײער ערד אין זיכערקײט,
און קײנער שרעקט זײ ניט;
27װען איך קער זײ צוריק פֿון די פֿעלקער,
און װעל זײ א ַײנזאַמלען פֿון די לענדער פֿון זײערע פֿ ַײנט,
און װעל געהײליקט װערן דורך זײ
פֿאַר די אױגן פֿון פֿיל אומות.
28און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה זײער גאָט,
װען איך פֿאַרטר ַײב זײ צו די אומות,
און װעל זײ דערנאָך א ַײנזאַמלען אױף זײער ערד;
און איך װעל פֿון זײ מער ניט איבערלאָזן דאָרטן.
29און איך װעל מער ניט פֿאַרבאָרגן מ ַײן פּנים פֿון זײ,
װאָרום איך האָב אױסגעגאָסן מ ַײן ג ַײסט