Page 113 - Yekhezkel
P. 113
יחזקאל
און װעל אַר ַײנטאָן רינגען אין ד ַײנע קינבאַקן,
און װעל דיך אַרױסצ ִיען מיט ד ַײן גאַנצן חיל,
פֿערד און ר ַײטער ,פּראַכטיק אָנגעטאָן אַלע,
אַ גרױס געזעמל ,מיט פּאַנצערס און שילדן,
װאָס האַלטן שװערדן אַלע.
ָ 5פּ ַרס ,כּוּש ,און פּוּט מיט זײ,
אַלע מיט שילדן און קיװערס.
6גוֹמר ,און אַלע אירע מחנות,
דאָס הױז פֿון תּוַגר ֶמה,
די עקן פֿון צפֿון ,און אַלע זײערע מחנות –
פֿיל פֿעלקער מיט דיר.
7ברײט דיך אָן און ז ַײ אָנגעברײט,
דו און אַלע ד ַײנע געזעמלען
װאָס ז ַײנען א ַײנגעזאַמלט אַרום דיר,
און ז ַײ ב ַײ זײ אָפּגעהיט.
8אין פֿיל טעג אַרום װעסטו באַפֿױלן װערן,
אין ָסוף פֿון די יאָרן װעסטו קומען אױף אַ לאַנד
װאָס איז אומגעקערט פֿון שװערד,
װאָס איז א ַײנגעזאַמלט פֿון פֿיל פֿעלקער –
אױף די בערג פֿון ישׂראל.
װאָס ז ַײנען געװען אַ שטענדיקע װיסטעניש;
אָבער עס איז אַרױסגעצױגן געװאָרן פֿון די פֿעלקער,
און זײ זיצן אין זיכערקײט אַלע.
9און װעסט אַרױפֿגײן װי עס קומט אַ געװיטער,
װי אַ װאָלקן צו באַדעקן די ערד װעסטו ז ַײן,
דו און אַלע ד ַײנע מחנות ,און פֿיל פֿעלקער מיט דיר.
10אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
און עס װעט ז ַײן אין יענעם טאָג,
װעלן דיר אַרױפֿקומען זאַכן אױפֿן האַרצן,
און װעסט טראַכטן אַ בײזע טראַכטונג.
11און װעסט זאָגן:
איך װעל אַרױפֿגײן אױף דעם לאַנד פֿון אָפֿענע שטעט,
איך װעל קומען אױף די רוִיקע װאָס זיצן אין זיכערקײט,
װאָס זיצן אַלע אָן אַ מױער,
און ניטאָ ב ַײ זײ ריגל און טױערן;
12צו רױבן זאַקרױב ,און צו ראַבעװען רױב,