Page 110 - Yekhezkel
P. 110

‫יחזקאל‬

                              ‫און עס איז געװאָרן אַ גערױש‪,‬‬
                               ‫װי איך האָב נבֿיאות געזאָגט;‬
                                          ‫ערשט אַ גערודער‪,‬‬

               ‫און די בײנער האָבן גענענט בײן צו ז ַײן בײן‪.‬‬
        ‫‪ 8‬און איך האָב געזען‪ ,‬ערשט אָדערן ז ַײנען אױף זײ‪,‬‬

                             ‫און פֿלײש איז אַרױפֿגעװאַקסן‪,‬‬
    ‫און אַ הױט האָט זיך אַריבערגעצױגן אױף זײ פֿון אױבן‪,‬‬

                     ‫נאָר קײן אָטעם איז אין זײ ניט געװען‪.‬‬
                                  ‫‪ 9‬האָט ער צו מיר געזאָגט‪:‬‬
                                 ‫זאָג נבֿיאות צו דעם אָטעם‪,‬‬

                               ‫זאָג נבֿיאות‪ ,‬דו מענטשנקינד‪,‬‬
                            ‫און זאָלסט זאָגן צו דעם אָטעם‪:‬‬
                           ‫אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
                           ‫פֿון די פֿיר װינטן קום‪ ,‬דו אָטעם‪,‬‬
                      ‫און הױך אַר ַײן אין די דאָזיקע הרוּגים‪,‬‬

                                 ‫אַז זײ זאָלן לעבעדיק װערן‪.‬‬

                            ‫‪ 10‬און איך האָב נבֿיאות געזאָגט‬
                              ‫אַזױ װי ער האָט מיר באַפֿױלן‪,‬‬

                           ‫און דער אָטעם איז אין זײ אַר ַײן‪,‬‬
                            ‫און זײ ז ַײנען לעבעדיק געװאָרן;‬
               ‫און זײ האָבן זיך געשטעלט אױף זײערע פֿיס‪,‬‬

                                ‫אַ זײער זײער גרױסע מחנה‪.‬‬
                            ‫‪ 11‬און ער האָט צו מיר געזאָגט‪:‬‬
                 ‫מענטשנקינד‪ ,‬די דאָזיקע בײנער‪ ,‬זײ ז ַײנען‬

                                ‫דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל;‬
                                                 ‫זע‪ ,‬זײ זאָגן‪:‬‬

                       ‫פֿאַרטריקנט ז ַײנען אונדזערע בײנער‪,‬‬
                         ‫און פֿאַרלאָרן איז אונדזער האָפֿונג;‬
                                       ‫פֿאַרשניטן ז ַײנען מיר‪.‬‬

              ‫‪ 12‬דרום זאָג נבֿיאות‪ ,‬און זאָלסט זאָגן צו זײ‪:‬‬
                           ‫אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
                                 ‫זע‪ ,‬איך עפֿן א ַײערע קבֿרים‪,‬‬

‫און װעל א ַײך‪ ,‬מ ַײן פֿאָלק‪ ,‬אױפֿברענגען פֿון א ַײערע קבֿרים‪.‬‬
               ‫און א ַײך ברענגען אױף דער ערד פֿון ישׂראל‪.‬‬
                    ‫‪ 13‬און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה‪,‬‬
   105   106   107   108   109   110   111   112   113   114   115