Page 105 - Yekhezkel
P. 105
יחזקאל
צו די גראָבנס און צו די טאָלן,
און צו די װיסטע חורבֿות ,און צו די פֿאַרלאָזענע שטעט,
װאָס ז ַײנען געװאָרן צו רױב און צו שפּאָט
ב ַײ די איבעריקע פֿעלקער װאָס פֿון רונד אַרום –
5דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:
פֿאַר װאָר ,אין דעם פֿ ַײער פֿון מ ַײן צאָרן
האָב איך גערעדט װעגן די איבעריקע פֿעלקער,
און װעגן אדום אין גאַנצן,
װאָס האָבן געמאַכט מ ַײן לאַנד זיך פֿאַר אַ ירושה,
מיט ִשׂמחה פֿון גאַנצן האַרצן,
מיט פֿאַראַכטונג פֿון דער זעל,
כּדי עס צו פֿאַרטר ַײבן צוליב רױב.
6דרום זאָג נבֿיאות איבער דער ערד פֿון ישׂראל,
און זאָלסט זאָגן צו די בערג און צו די הײכן,
צו די גראָבנס און צו די טאָלן:
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
זע ,אין מ ַײן כּעס און אין מ ַײן גרימצאָרן האָב איך גערעדט,
װ ַײל די שאַנד פֿון די פֿעלקער האָט איר געטראָגן.
7דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:
איך הײב אױף מ ַײן האַנט,
אױב די פֿעלקער װאָס פֿון רונד אַרום א ַײך,
זײ גופֿא ,װעלן ניט טראָגן זײער שאַנד!
8און איר ,בערג פֿון ישׂראל ,װעט געבן א ַײערע צװ ַײגן,
און טראָגן א ַײער פֿרוכט ,פֿאַר מ ַײן פֿאָלק ישׂראל;
װאָרום זײ ז ַײנען נאָנט צו קומען.
9װאָרום אָט קום איך צו א ַײך,
און איך װעל זיך קערן צו א ַײך,
און איר װעט באַאַרבעט װערן ,און פֿאַרזײט װערן.
10און איך װעל מערן אױף א ַײך מענטשן,
דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל אין גאַנצן;
און די שטעט װעלן באַזעצט װערן,
און די חורבֿות װעלן אָפּגעבױט װערן.
11און איך װעל מערן אױף א ַײך מענטשן און בהמות,
און זײ װעלן זיך מערן און פֿרוכפּערן;
און איך װעל א ַײך באַזעצן װי אין א ַײערע פֿר ִיערדיקע צ ַײטן,
און װעל א ַײך באַגיטיקן מער װי אין א ַײער אָנהײב;