Page 103 - Yekhezkel
P. 103

‫יחזקאל‬

                ‫און װעל דיך מאַכן אַ װיסט און װיסטעניש‪.‬‬
                       ‫‪ 4‬ד ַײנע שטעט װעל איך חרובֿ מאַכן‪,‬‬
                            ‫און דו װעסט אַ װיסטעניש ז ַײן;‬
                          ‫און װעסט װיסן אַז איך בין יהוה‪.‬‬

               ‫‪ 5‬װ ַײל ב ַײ דיר איז געװען אַן אײביקע שׂנאה‪,‬‬
       ‫און האָסט איבערגעענטפֿערט די קינדער פֿון ישׂראל‬

                                 ‫אין דער מאַכט פֿון שװערד‪,‬‬
                              ‫אין דער צ ַײט פֿון זײער בראָך‪,‬‬
             ‫אין דער צ ַײט פֿון דער לעצטער פֿאַרזינדיקונג‪,‬‬
            ‫‪ 6‬דרום‪ ,‬אַזױ װי איך לעב‪ ,‬זאָגט גאָט דער האַר‪,‬‬
                            ‫אַז צו בלוט װעל איך דיך מאַכן‪,‬‬

                                ‫און בלוט װעט דיך נאָכיאָגן;‬
               ‫פֿאַר װאָר‪ ,‬אײגן בלוט האָסטו פֿ ַײנט געהאַט‪,‬‬

                               ‫דרום זאָל בלוט דיך נאָכיאָגן‪.‬‬
                           ‫‪ 7‬און איך װעל מאַכן באַרג ֵשׂ ִעיר‬

                               ‫פֿאַר אַ װיסט און װיסטעניש‪,‬‬
             ‫און װעל פֿאַרשנ ַײדן פֿון אים גײער און קומער‪.‬‬
‫‪ 8‬און איך װעל אָנפֿילן ז ַײנע בערג מיט ז ַײנע דערשלאָגענע;‬
    ‫ד ַײנע הײכן‪ ,‬און ד ַײנע טאָלן‪ ,‬און אַלע ד ַײנע גראָבנס –‬

              ‫דערשלאָגענע פֿון שװערד װעלן פֿאַלן אין זײ‪.‬‬
                 ‫‪ 9‬אײביקע װיסטענישן װעל איך דיך מאַכן‪,‬‬
                    ‫און ד ַײנע שטעט װעלן ניט װידערקערן;‬
                       ‫און איר װעט װיסן אַז איך בין יהוה‪.‬‬
                                  ‫‪ 10‬װ ַײל דו האָסט געזאָגט‪:‬‬

‫״די בײדע פֿעלקער און די בײדע לענדער װעלן מ ַײנע װערן‪,‬‬
                                   ‫און מיר װעלן זײ ַירשען‪,‬״‬

                                 ‫הגם גאָט איז דאָרט געװען‪,‬‬
           ‫‪ 11‬דרום‪ ,‬אַזױ װי איך לעב‪ ,‬זאָגט גאָט דער האַר‪,‬‬
      ‫אַז איך װעל טאָן אַזױ װי ד ַײן צאָרן און װי ד ַײן קנאה‬

              ‫װאָס דו האָסט באַװיזן‪ ,‬פֿון ד ַײן שׂנאה צו זײ;‬
                     ‫און איך װעל באַװוּסט װערן צװישן זײ‪,‬‬
                                  ‫װען איך װעל דיך משפּטן‪.‬‬

             ‫‪ 12‬און װעסט װיסן אַז איך יהוה האָב געהערט‬
          ‫אַלע ד ַײנע לעסטערונגען װאָס דו האָסט געזאָגט‬

                     ‫אױף די בערג פֿון ישׂראל‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬
                                ‫פֿאַרװיסט ז ַײנען זײ געװאָרן‪,‬‬
   98   99   100   101   102   103   104   105   106   107   108