Page 99 - Yekhezkel
P. 99
יחזקאל
33אָבער װען עס קומט – זע ,עס קומט –
װעלן זײ װיסן אַז אַ נבֿיא איז געװען צװישן זײ.
1און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
2מענטשנקינד ,זאָג נבֿיאות אױף די פּאַסטוכער פֿון ישׂראל;לד
זאָג נבֿיאות ,און זאָלסט זאָגן צו זײ ,צו די פּאַסטוכער:
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
װײ ,די פּאַסטוכער פֿון ישׂראל
װאָס האָבן געפֿיטערט זיך אַלײן!
דאַרפֿן ניט די פּאַסטוכער די שאָף פֿיטערן?
3דאָס פֿעטס עסט איר אױף,
און מיט דער װאָל באַקלײדט איר זיך,
די פֿעטע טוט איר שעכטן;
די שאָף פֿיטערן טוט איר ניט.
4די שלאַפֿע האָט איר ניט געשטאַרקט,
און די קראַנקע האָט איר ניט געהײלט,
און די צעבראָכענע האָט איר ניט אַרומגעבונדן,
און די פֿאַרשטױסענע האָט איר ניט אומגעקערט,
און די פֿאַרלאָרענע האָט איר ניט געזוכט,
און מיט געװאַלט האָט איר געװעלטיקט איבער זײ,
און מיט האַרטיקײט.
5און זײ ז ַײנען צעשפּרײט געװאָרן ,װ ַײל אָן אַ פּאַסטוך,
און געװאָרן צו שפּ ַײז פֿאַר יעטװעדער חיה פֿון פֿעלד,
װ ַײל זײ ז ַײנען צעשפּרײט געװען.
6האָבן געבלאָנדזשעט מ ַײנע שאָף אױף אַלע בערג,
און אױף איטלעכן הױכן בערגל;
און איבערן גאַנצן געזיכט פֿון דער ערד
ז ַײנען צעשפּרײט געװאָרן מ ַײנע שאָף,
און ניט געװען קײן פֿרעגער און קײן זוכער.
7דרום ,איר פּאַסטוכער ,הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט:
8אַזױ װי איך לעב ,זאָגט גאָט דער האַר,
פֿאַר װאָר ,װ ַײל מ ַײנע שאָף ז ַײנען געװאָרן צו רױב,
און מ ַײנע שאָף ז ַײנען געװאָרן צו שפּ ַײז