Page 98 - Yekhezkel
P. 98
יחזקאל
איר האָט געטאָן אומװערדיקײט,
און אײנער דעם אַנדערנס װ ַײב האָט איר פֿאַראומרײניקט,
און דאָס לאַנד װילט איר ַירשען?
27אַזױ זאָלסטו זאָגן צו זײ:
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
אַזױ װי איך לעב,
אַז די װאָס אין די חורבֿות װעלן דורכן שװערד פֿאַלן,
און דער װאָס אױפֿן פֿר ַײען פֿעלד,
אים גיב איך צו די חיות ,אים צו פֿאַרצערן,
און די װאָס אין די פֿעסטונגען און אין די הײלן
װעלן פֿון פּעסט אױסשטאַרבן.
28און איך װעל מאַכן דאָס לאַנד אַ װיסט און װיסטעניש,
און פֿאַרשטערט װערן װעט איר שטאָלצע מאַכט,
און די בערג פֿון ישׂראל װעלן ז ַײן װיסט אָן אַ דורכגײער.
29און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה,
װען איך מאַך דאָס לאַנד אַ װיסט און װיסטעניש,
פֿאַר אַלע זײערע אומװערדיקײטן װאָס זײ האָבן געטאָן.
30און דו מענטשנקינד,
די קינדער פֿון ד ַײן פֿאָלק רעדן פֿון דיר,
ביז די װענט ,און אין די א ַײנגאַנגען פֿון די ה ַײזער,
און אײנער רעדט מיטן אַנדערן,
איטלעכער מיט ז ַײן ברודער ,אַזױ צו זאָגן:
קומט אַקאָרשט ,און הערט,
װאָס איז דאָס װאָרט װאָס גײט אַרױס פֿון גאָט;
31און זײ קומען צו דיר װי אַ צונױפֿקום פֿון פֿאָלק;
און זײ זיצן פֿאַר דיר ,װי כּלומרשט מ ַײן פֿאָלק,
און זײ הערן צו ד ַײנע װערטער,
אָבער זײ טוען זײ ניט;
װאָרום מיט זײער מױל װ ַײזן זײ ליבשאַפֿט,
בעת נאָך זײער ג ַײציקײט גײט זײער האַרץ.
32און זע ,ביסט ב ַײ זײ װי אַ ליבעלידל
פֿון אײנעם װאָס האָט אַ שײן ָקול ,און שפּילט גוט;
און זײ הערן צו ד ַײנע װערטער,
אָבער זײ טוען זײ ניט.