Page 93 - Yekhezkel
P. 93

‫יחזקאל‬

                    ‫און זײ װעלן פֿאַרװיסטן דעם שטאָלץ פֿון מצ ַר ִים‪,‬‬
                        ‫און פֿאַרטיליקט װערן װעט איר גאַנצער המון‪.‬‬

 ‫‪ 13‬און איך װעל אונטערברענגען אַלע אירע בהמות פֿון לעבן די פֿיל‬
                                                               ‫װאַסערן;‬

                 ‫און זײ װעט מער ניט צעמישן אַ פֿוס פֿון אַ מענטשן‪,‬‬
                        ‫און קלױען פֿון אַ בהמה װעלן זײ ניט צעמישן‪.‬‬

               ‫‪ 14‬דענצמאָל װעל איך מאַכן אָפּשטײן זײערע װאַסערן‪,‬‬
                        ‫און זײערע ט ַײכן װעל איך װי בױמל מאַכן גײן‪,‬‬
                                                   ‫זאָגט גאָט דער האַר‪,‬‬

         ‫‪ 15‬װען איך מאַך דאָס לאַנד מצ ַר ִים אַ װיסט און װיסטעניש‪,‬‬
                                              ‫אַ לאַנד אָן איר פֿולקײט‪,‬‬

                                  ‫װען איך שלאָג אַלע װױנער אין איר;‬
                                   ‫און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה‪.‬‬

                    ‫‪ 16‬אַ קלאָגליד איז דאָס‪ ,‬און קלאָגן װעט מען עס;‬
                         ‫די טעכטער פֿון די פֿעלקער װעלן עס קלאָגן;‬

           ‫אױף מצ ַר ִים און אױף איר גאַנצן המון װעלן זײ עס קלאָגן‪,‬‬
                                                   ‫זאָגט גאָט דער האַר‪.‬‬

‫‪ 17‬און עס איז געװען אין צװעלפֿטן יאָר‪ ,‬אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון חודש‬
                ‫איז געװען דאָס װאָרט פֿון גאָט צו מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

                 ‫‪ 18‬מענטשנקינד‪ ,‬יאָמער אױף דעם המון פֿון מצ ַר ִים‪,‬‬
                                                  ‫און מאַך זײ נידערן –‬

                           ‫זי מיט די טעכטער פֿון מאַכטיקע פֿעלקער‪,‬‬
            ‫אין דער אונטערשטער ערד‪ ,‬מיט די גענידערטע אין גרוב‪.‬‬

                                         ‫‪ 19‬פֿון װעמען ביסטו בעסער?‬
              ‫נידער אַראָפּ‪ ,‬און װער געלײגט מיט די אומבאַשניטענע‪.‬‬

                   ‫‪ 20‬צװישן דערשלאָגענע פֿון שװערד זאָלן זײ פֿאַלן;‬
                         ‫צו דער שװערד איז זי איבערגעגעבן געװאָרן;‬
                                ‫שלעפּט זי אַראָפּ מיט איר גאַנצן המון‪.‬‬
                                ‫‪ 21‬די שטאַרקסטע גיבורים װעלן רעדן‬

               ‫פֿון אים מיט ז ַײנע העלפֿער פֿון מיטן דער אונטערערד;‬
                 ‫זײ האָבן גענידערט‪ ,‬זיך געלײגט‪ ,‬די אומבאַשניטענע‪,‬‬
                                             ‫דערשלאָגענע פֿון שװערד‪.‬‬
                       ‫‪ 22‬דאָרטן איז אשור מיט איר גאַנצן געזעמל –‬
   88   89   90   91   92   93   94   95   96   97   98