Page 89 - Yekhezkel
P. 89
יחזקאל
2מענטשנקינד ,זאָג צו פּרעה דעם מלך פֿון מצ ַר ִים,
און צו ז ַײן המון:
צו װעמען גל ַײכסטו זיך אין ד ַײן גרױסקײט?
3זע ,אשור איז געװען אַ צעדער אין לבֿנון,
מיט שײנע צװ ַײגן ,און שאָטנדיקן געװעלד,
און הױך אין װוּקס;
און צװישן געדיכטענישן איז געװען ז ַײן שפּיץ.
4װאַסער האָט אים אױפֿגעצױגן,
דער תּ ָהום האָט אים אױפֿגעבראַכט;
ז ַײנע שטראָמען ,זײ פֿלעגן גײן
רונד אַרום ז ַײן פֿלאַנצונג,
און ז ַײנע גראָבנס האָט ער צעשיקט
צו אַלע בײמער פֿון פֿעלד.
5דרום איז ז ַײן װוּקס געװען העכער
פֿון אַלע בײמער פֿון פֿעלד,
און ז ַײנע צװ ַײגן האָבן זיך געמערט,
און ז ַײנע ריטער ז ַײנען לאַנג געװאָרן,
פֿון פֿיל װאַסער ב ַײ ז ַײן אױסװאַקסן.
6אין ז ַײנע צװ ַײגן האָבן גענעסט
אַלע פֿױגלען פֿון הימל,
און אונטער ז ַײנע ריטער האָבן געבאָרן
אַלע חיות פֿון פֿעלד;
און אין ז ַײן שאָטן פֿלעגן זיצן
אַלע גרױסע פֿעלקער.
7און ער איז שײן געװען אין ז ַײן גרױסקײט,
אין דער לענג פֿון ז ַײנע צװ ַײגן;
װאָרום ז ַײן װאָרצל איז געװען
ב ַײ װאַסער אַ סך.
8די צעדערן אין גאָרטן פֿון גאָט
האָבן אים ניט פֿאַרטונקלט;
ציפּרעסן ז ַײנען ניט גל ַײך געװען
צו די צװ ַײגן ז ַײנע;
און פּלאַטאַנענבײמער ז ַײנען ניט געװען
אַזױ װי די ריטער ז ַײנע;
קײן בױם אין גאָרטן פֿון גאָט
איז ניט גל ַײך געװען צו אים אין ז ַײן שײנקײט.