Page 85 - Yekhezkel
P. 85
יחזקאל
און איך װעל זײ פֿאַרמינערן,
ניט צו געװעלטיקן איבער די פֿעלקער.
16און זײ װעלן מער ניט ז ַײן דעם הױז פֿון ישׂראל
פֿאַר אַ פֿאַרזיכערונג װאָס מאַכט דערמאָנען זינד,
װען זײ קערן זיך נאָך זײ;
און זײ װעלן װיסן אַז איך בין גאָט יהוה.
17און עס איז געװען אין זיבן און צװאַנציקסטן יאָר ,אין ערשטן
חודש ,אין ערשטן טאָג פֿון חודש ,איז געװען דאָס װאָרט פֿון גאָט צו
מיר ,אַזױ צו זאָגן:
18מענטשנקינד ,נבֿו ַכד ֶרא ַצר דער מלך פֿון ָבבֿל
האָט געמאַכט ז ַײן חיל דינען אַ שװערן דינסט אַקעגן צור;
איטלעכער קאָפּ איז אױסגעקראָכן,
און איטלעכער אַקסל איז אָפּגעריבן;
און שׂ ַכר האָט ער ניט געקראָגן
פֿאַר זיך און פֿאַר ז ַײן חיל פֿון צור
פֿאַר דעם דינסט װאָס ער האָט געדינט אַקעגן איר.
19דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:
זע ,איך גיב נבֿו ַכד ֶרא ַצר דעם מלך פֿון ָבבֿל דאָס לאַנד מצ ַר ִים,
און ער װעט אַװעקטראָגן איר שפֿע,
און רױבן איר זאַקרױב ,און ראַבעװען איר רױב;
און דאָס װעט ז ַײן דער שׂ ַכר פֿאַר ז ַײן חיל.
20פֿאַר ז ַײן לױן װאָס ער האָט אום דעם געדינט,
האָב איך אים געגעבן דאָס לאַנד מצ ַר ִים,
װ ַײל זײ האָבן געאַרבעט פֿאַר מיר,
זאָגט גאָט דער האַר.
21אין יענעם טאָג װעל איך מאַכן שפּראָצן
דעם האָרן פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל,
און דיר װעל איך געבן אַן אָפֿן מױל צװישן זײ;
און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.