Page 81 - Yekhezkel
P. 81
יחזקאל
11און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
12מענטשנקינד ,הײב אױף אַ קלאָג אױף דעם מלך פֿון צור,
און זאָלסט זאָגן צו אים:
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
אַ געצירקלטער זיגלרינג ביסטו געװען,
פֿול מיט חכמה און פֿאַרפֿול אין שײנקײט.
13אין עדן דעם גאָרטן פֿון גאָט ביסטו געװען;
אַלערלײ ט ַײער געשטײן איז ד ַײן צודעק געװען;
רובין ,טאָפּאַז ,און דימענט,
גאָלדשטײן ,אָניקל ,און יאַשפּיז,
סאַפּירשטײן ,גאַרפֿונקל ,און שמאָראַק ,און גאָלד,
ד ַײנע געפּ ַײקלטע און געלעכלטע אַרבעט,
ז ַײנען אין טאָג פֿון ד ַײן באַשאַפֿן װערן
געװען אָנגעברײט אין דיר.
14אַ כּרובֿ אַ ברײטשירעמענדיקער ביסטו געװען;
און איך האָב דיך אַרױפֿגעזעצט,
ביז דו ביסט אױף גאָטס הײליקן באַרג געװען;
צװישן פֿ ַײערשטײנער ביסטו אומגעגאַנגען.
15גאַנץ ביסטו געװען אין ד ַײנע װעגן,
פֿון דעם טאָג פֿון ד ַײן באַשאַפֿן װערן,
ביז אומרעכט איז געפֿונען געװאָרן אין דיר.
16דורך ד ַײן גרױס האַנדלשאַפֿט
האָט מען דיך אָנגעפֿילט אינעװײניק מיט רױבונג,
און ביסט זינדיק געװאָרן;
דרום האָב איך דיך פֿאַרשװעכט פֿון גאָטס באַרג,
און דיך אונטערגעבראַכט ,דו שירעמענדיקער כּרובֿ,
פֿון צװישן די פֿ ַײערשטײנער.
17ד ַײן האַרץ האָט זיך דערהױבן פֿון װעגן ד ַײן שײנקײט,
האָסט פֿאַרדאָרבן ד ַײן חכמה איבער ד ַײן גלאַנץ;
האָב איך דיך אױף דער ערד געװאָרפֿן,
פֿאַר די מלכים דיך געגעבן ,צו קוקן אױף דיר.
18דורך ד ַײנע פֿיל זינד ,מיט דעם אומרעכט פֿון ד ַײן האַנדל,
האָסטו פֿאַרשװעכט ד ַײנע הײליקטומען;
דרום האָב איך געמאַכט אַרױסגײן פֿון דיר אַ פֿ ַײער
װאָס האָט דיך פֿאַרצערט,