Page 76 - Yekhezkel
P. 76

‫יחזקאל‬

‫‪ 1‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬‬

  ‫‪ 2‬און דו מענטשנקינד‪ ,‬הײב אױף אַ קלאָג אױף צור‪,‬כז‬
                                          ‫‪ 3‬און זאָלסט זאָגן צו צור‪,‬‬
                               ‫װאָס זיצט ב ַײ די א ַײנגאַנגען פֿון ים‪,‬‬
                    ‫װאָס האַנדלט מיט פֿעלקער אין אינדזלען פֿיל‪:‬‬
                                  ‫אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
                                             ‫צור‪ ,‬דו האָסט געזאָגט‪:‬‬
                                     ‫איך בין פֿאַרפֿול אין שײנקײט‪.‬‬
                   ‫‪ 4‬אין האַרצן פֿון די ימען ז ַײנען ד ַײנע געמאַרקן‪,‬‬
                       ‫ד ַײנע בױערס האָבן ד ַײן שײנקײט פֿאַרפֿולט‪.‬‬
                                            ‫‪ 5‬פֿון ציפּרעסן פֿון שׂניר‬
                                ‫האָבן זײ דיר אַלע ברעטער געבױט;‬
                                ‫צעדער פֿון לבֿנון האָבן זײ גענומען‬
                                          ‫צו מאַכן מאַסטן פֿאַר דיר‪.‬‬
                                         ‫‪ 6‬פֿון אײכנבײמער פֿון בשן‬
                                  ‫האָבן זײ ד ַײנע רודערס געמאַכט;‬
                                         ‫ד ַײן דעק האָבן זײ געמאַכט‬
                                     ‫פֿון עלפֿנבײן מיט בוקסנהאָלץ‬
                                      ‫פֿון די אינדזלען פֿון די ִכּתּים‪.‬‬
                                ‫‪ 7‬ל ַײנען מיט שטיקער ַײ פֿון מצ ַר ִים‬
                                               ‫איז ד ַײן זאַגל געװען‪,‬‬
                                             ‫דיר צו ז ַײן פֿאַר אַ פֿאָן;‬
                       ‫בלאָ און פּורפּל פֿון די אינדזלען פֿון ֵאלי ָשה‬
                                         ‫איז ד ַײן איבערדעק געװען‪.‬‬
                                 ‫‪ 8‬די באַװױנער פֿון צידון און אַרַוד‬
                                       ‫ז ַײנען דיר רודערערס געװען;‬
                      ‫ד ַײנע קלוגע ל ַײט‪ ,‬צור‪ ,‬ז ַײנען אין דיר געװען‪,‬‬
                                  ‫זײ ז ַײנען ד ַײנע שיפֿפֿירער געװען‪.‬‬
                       ‫‪ 9‬די עלטסטע פֿון גבֿל און אירע קלוגע ל ַײט‬
                  ‫ז ַײנען אין דיר געװען ד ַײנע שפּאַלטנפֿאַרריכטער;‬
                             ‫אַלע שיפֿן פֿון ים מיט זײערע שיפֿל ַײט‬
                    ‫ז ַײנען אין דיר געװען‪ ,‬צו האַנדלען ד ַײן האַנדל‪.‬‬
               ‫‪ָ 10‬פּ ַרס און לוד און פּוּט ז ַײנען אין ד ַײן חיל געװען‪,‬‬
                                             ‫ד ַײנע ל ַײט פֿון מלחמה;‬
              ‫פּאַנצער און קיװער האָבן זײ אױפֿגעהאַנגען אין דיר‪,‬‬
                                     ‫זײ האָבן דיר שײנקײט געגעבן‪.‬‬
   71   72   73   74   75   76   77   78   79   80   81