Page 73 - Yekhezkel
P. 73
יחזקאל
1און עס איז געװען אין עלפֿטן יאָר ,אין ערשטן טאָג פֿון
חודש ,איז געװען דאָס װאָרט פֿון גאָט צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:כו
2מענטשנקינד ,װ ַײל צור האָט געזאָגט אױף ירושלים:
אַהאַ! צעבראָכן איז די טיר פֿון די אומות,
צו מיר גײט עס איבער;
איך װעל פֿול װערן פֿון דעם חורבן.
3דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:
זע ,איך קום אױף דיר ,צור,
און װעל אױפֿברענגען אױף דיר פֿיל פֿעלקער,
אַזױ װי דער ים ברענגט אױף ז ַײנע װעלן.
4און זײ װעלן צעשטערן די מױערן פֿון צור,
און א ַײנװאַרפֿן אירע טורעמס;
און איך װעל אָפּשאָבן איר ערד פֿון איר,
און װעל זי מאַכן פֿאַר אַ גלאַטן פֿעלדז.
5אױף אױסשפּרײטן נעצן װעט זי ז ַײן
אין מיטן פֿון ים;
װאָרום איך האָב גערעדט,
זאָגט גאָט דער האַר;
און זי װעט ז ַײן צו רױב פֿאַר די פֿעלקער.
6און אירע טעכטערשטעט װאָס אין פֿעלד
װעלן מיטן שװערד אױסגעהרגעט װערן;
און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.
7װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
זע ,איך ברענג אױף צור נבֿו ַכד ֶרא ַצר דעם מלך פֿון ָבבֿל,
פֿון צפֿון אַהער ,דעם מלך פֿון מלכים,
-מיט פֿערד ,און מיט ר ַײטװעגן ,און מיט ר ַײטער,
און אַן א ַײנזאַמלונג ,און פֿאָלק אַ סך.
8ד ַײנע טעכטערשטעט אין פֿעלד
װעט ער מיטן שװערד אױסהרגען;
און ער װעט מאַכן אַרום דיר אַ באַלעגערמױער,
און אָנשיטן אַרום דיר אַן ערדװאַל,
און אױפֿשטעלן קעגן דיר אַ שילד.
9און ז ַײנע מױערברעכער װעט ער אָנשטעלן
אַקעגן ד ַײנע מױערן,