Page 70 - Yekhezkel
P. 70
יחזקאל
װעלן דורכן שװערד פֿאַלן.
22און איר װעט טאָן אַזױ װי איך האָב געטאָן:
די אױבערשטע ליפּ װעט איר ניט פֿאַרדעקן,
און ברױט פֿון מענטשן װעט איר ניט עסן.
23און א ַײערע קאָפּדעקן װעלן ז ַײן אױף א ַײערע קעפּ,
און א ַײערע שיך אױף א ַײערע פֿיס;
ניט איר װעט קלאָגן און ניט איר װעט װײנען;
און איר װעט א ַײנגײן פֿאַר א ַײערע זינד,
און קרעכצן אײנער צום אַנדערן.
24און י ֶחזקאל װעט א ַײך ז ַײן פֿאַר אַ צײכן;
אַזױ װי אַלץ װאָס ער האָט געטאָן ,װעט איר טאָן.
אַז דאָס װעט געשען ,װעט איר װיסן
אַז איך בין גאָט יהוה.
25און דו מענטשנקינד ,פֿאַר װאָר,
אין דעם טאָג װאָס איך נעם אַװעק פֿון זײ זײער פֿעסטונג,
די פֿרײד פֿון זײער שײנקײט,
די גלוסטונג פֿון זײערע אױגן,
און דעם באַגער פֿון זײער זעל,
זײערע זין און זײערע טעכטער,
26אין יענעם טאָג װעט קומען צו דיר אַן אַנטרונענער,
דאָס צו מאַכן הערן אין ד ַײנע אױערן.
27אין יענעם טאָג װעט ד ַײן מױל געעפֿנט װערן צום אַנטרונענעם,
און װעסט רעדן ,און מער ניט שטום ז ַײן;
און װעסט זײ ז ַײן פֿאַר אַ צײכן;
און זײ װעלן װיסן אַז איך בין יהוה.
1און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
2מענטשנקינד ,טו ד ַײן פּנים צו די קינדער פֿון עמון,כה
און זאָג נבֿיאות אױף זײ.
3און זאָלסט זאָגן צו די קינדער פֿון עמון:
הערט דאָס װאָרט פֿון גאָט דעם האַר:
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
װ ַײל דו האָסט געזאָגט אַהאַ!
אױף מ ַײן הײליקטום ,װאָס עס איז פֿאַרשװעכט געװאָרן,