Page 67 - Yekhezkel
P. 67

‫יחזקאל‬

‫טר ַײבט מען נאָך איצט אױך זנות מיט איר? מיט איר? ‪ 44‬װאָרום מע‬
‫איז געקומען צו איר אַזױ װי מע קומט צו אַ פֿרױ אַ זונה; אַזױ איז‬
‫מען געקומען צו אָה ָלה און אָהליבֿה די שענדלעכע װ ַײבער‪ 45 .‬אָבער‬
‫גערעכטע מענער‪ ,‬זײ װעלן זײ משפּטן מיט דעם משפּט פֿון נואפֿטעס‬
‫און דעם משפּט פֿון בלוטפֿאַרגיסערינס; װאָרום נואפֿטעס ז ַײנען זײ‪,‬‬

                                      ‫און בלוט איז אױף זײערע הענט‪.‬‬

                         ‫‪ 46‬װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬
                     ‫מע װעט אַרױפֿברענגען אױף זײ אַ גרױס געזעמל‪,‬‬

                                  ‫און זײ מאַכן צו שױדער און צו רױב‪.‬‬
              ‫‪ 47‬און פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער װעט זײ דאָס געזעמל‪,‬‬

                                 ‫און זײ צעהאַקן מיט זײערע שװערדן;‬
                       ‫זײערע זין און זײערע טעכטער װעלן זײ הרגען‪,‬‬
                    ‫און זײערע ה ַײזער װעלן זײ אין פֿ ַײער פֿאַרברענען‪,‬‬
              ‫‪ 48‬און איך װעל פֿאַרשטערן שענדלעכקײט אױסן לאַנד‪.‬‬

                                ‫און אַלע װ ַײבער װעלן אַ מוסר נעמען‪,‬‬
                      ‫און װעלן ניט טאָן אַזױ װי א ַײער שענדלעכקײט‪.‬‬
          ‫‪ 49‬און מע װעט פֿאַרגעלטן א ַײער שענדלעכקײט אױף א ַײך‪,‬‬
                   ‫און די זינד פֿון א ַײערע אָפּגעטער װעט איר טראָגן‪,‬‬

                             ‫און איר װעט װיסן אַז איך בין גאָט יהוה‪.‬‬

‫‪ 1‬און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר אין נ ַײנטן יאָר‪,‬‬

‫אין צענטן חודש‪ ,‬אין צענטן טאָג פֿון חודש‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪:‬כד‬

‫‪ 2‬מענטשנקינד‪ ,‬פֿאַרשר ַײב דיר דעם נאָמען פֿון דעם טאָג‪ ,‬גענױ דעם‬
‫ה ַײנטיקן טאָג; דער מלך פֿון ָבבֿל האָט זיך אָנגעזעצט אױף ירושלים‬
‫גענױ אין ה ַײנטיקן טאָג‪ 3 .‬און גיב דעם װידערשפּעניקן געזינדל אַ‬

     ‫משל‪ ,‬און זאָלסט זאָגן צו זײ‪ :‬אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר‪:‬‬

                                        ‫שטעל צו דעם טאָפּ‪ ,‬שטעל צו‪,‬‬
                                     ‫און גיס אױך אָן װאַסער אין אים;‬
                                  ‫‪ 4‬זאַמל א ַײן ז ַײנע שטיקער אין אים;‬
                        ‫איטלעך גוט שטיק‪ ,‬דעם דיך‪ ,‬און די שולטער;‬
                                      ‫מיט געקליבענע קנאָכנס פֿיל אָן‪.‬‬
                                    ‫‪ 5‬געקליבענע שאָף זאָלסטו נעמען‪,‬‬
   62   63   64   65   66   67   68   69   70   71   72