Page 69 - Yekhezkel
P. 69
יחזקאל
װעסטו מער ניט רײן װערן,
ביז איך באַרו מ ַײן גרימצאָרן אױף דיר.
14איך יהוה האָב גערעדט;
עס געשעט ,און איך װעל עס טאָן.
איך װעל ניט נאַכלאָזן ,און ניט שױנען ,און ניט חרטה האָבן;
לױט ד ַײנע װעגן און לױט ד ַײנע מעשׂים
טוט מען דיך משפּטן ,זאָגט גאָט דער האַר.
15און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
16מענטשנקינד ,זע ,איך נעם אַװעק פֿון דיר
די גלוסטונג פֿון ד ַײנע אױגן דורך אַ שלאַק,
אָבער זאָלסט ניט קלאָגן און ניט װײנען,
און אַ טרער זאָל ב ַײ דיר ניט גײן.
17זיפֿץ שטילערהײט;
קײן טױטנטרױער זאָלסטו ניט מאַכן;
ד ַײן קאָפּדעק בינד אָן אױף דיך,
און ד ַײנע שיך זאָלסטו אָנטאָן אױף ד ַײנע פֿיס,
און זאָלסט ניט פֿאַרדעקן די אױבערשטע ליפּ,
און דאָס ברױט פֿון מענטשן זאָלסטו ניט עסן.
18און איך האָב גערעדט צו דעם פֿאָלק אין דער פֿרי ,און אין אָװנט
איז מ ַײן װ ַײב געשטאָרבן .און איך האָב געטאָן אין דער פֿרי אַזױ װי
איך בין באַפֿױלן געװאָרן 19 .האָט דאָס פֿאָלק צו מיר געזאָגט:
װילסטו אונדז ניט זאָגן ,װאָס באַט ַײט דאָס דאָזיקע פֿאַר אונדז ,אַז
דו טוסט אַזױ? 20האָב איך צו זײ געזאָגט :דאָס װאָרט פֿון גאָט איז
געװען צו מיר ,אַזױ צו זאָגן:
21זאָג צו דעם הױז פֿון ישׂראל:
אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
זע ,איך פֿאַרשװעך מ ַײן הײליקטום,
דעם שטאָלץ פֿון א ַײער מאַכט,
די גלוסטונג פֿון א ַײערע אױגן,
און די שמאַכטעניש פֿון א ַײער זעל;
און א ַײערע זין און א ַײערע טעכטער
װאָס איר האָט איבערגעלאָזן,