Page 66 - Yekhezkel
P. 66
יחזקאל
װעסט װערן צו געלעכטער און צו שפּאָט;
ער איז פֿול ביזן ראַנד.
33װעסט מיט שיכּרות און קומער זיך אָנפֿילן,
מיט דעם ָכּוס פֿון שרעק און דערשרעקעניש,
מיט דעם ָכּוס פֿון ד ַײן שװעסטער שומרון.
34און װעסט אים טרינקען און אױסזופּן,
און װעסט ז ַײנע שערבלעך צעקנאַקן,
און ד ַײנע בריסט װעסטו ר ַײסן;
װאָרום איך האָב גערעדט,
זאָגט גאָט דער האַר.
35פֿאַר װאָר ,אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
װ ַײל דו האָסט פֿאַרגעסן אָן מיר,
און מיך אַװעקגעװאָרפֿן הינטער ד ַײן רוקן,
דרום טראָג דו אױך ד ַײן שענדלעכקײט און ד ַײן זנות.
36און גאָט האָט צו מיר געזאָגט :מענטשנקינד ,װילסטו משפּטן
אָה ָלה און אָהליבֿה? טאָ דערצײל זײ זײערע אומװערדיקײטן 37 .אַז
זײ האָבן מזנה געװען ,און בלוט איז אױף זײערע הענט ,און מיט
זײערע אָפּגעטער האָבן זײ מזנה געװען ,און אַפֿילו זײערע קינדער
װאָס זײ האָבן מיר געבאָרן ,האָבן זײ איבערגעגעבן צו זײ פֿאַר אַ
שפּ ַײז 38 .נאָך דאָס האָבן זײ געטאָן צו מיר :זײ האָבן
פֿאַראומרײניקט מ ַײן הײליקטום אין דעם אײגענעם טאָג ,און מ ַײנע
שבֿטים האָבן זײ פֿאַרשװעכט 39 .און אַז זײ האָבן געשאָכטן זײערע
קינדער צו זײערע אָפּגעטער ,ז ַײנען זײ געקומען אין מ ַײן הײליקטום
אין דעם אײגענעם טאָג עס צו פֿאַרשװעכן; יאָ ,אָט אַזױ האָבן זײ
געטאָן אין מ ַײן הױז 40 .און איר האָט אױך געשיקט נאָך מענער װאָס
ז ַײנען געקומען פֿון דער װ ַײט ,װאָס װי אַ ָש ִליח איז צו זײ געשיקט
געװאָרן ,אַזױ ז ַײנען זײ געקומען; די פֿאַר װעמען דו האָסט זיך
געװאַשן ,געפֿאַרבט ד ַײנע אױגן ,און זיך אָנגעצירט מיט צירונג.
41און ביסט געזעסן אױף אַ פּראַכטיקן בעט ,מיט אַ געגרײטן טיש
דערב ַײ ,און מ ַײן װ ַײרױך און מ ַײן אײל האָסטו אַרױפֿגעשטעלט
דערױף 42 .און דער ָקול פֿון אַ צופֿרידענעם געזעמל איז געװען ב ַײ
איר; און צו די מענטשן פֿון גרױסן עולם ז ַײנען נאָך געבראַכט
געװאָרן די סבֿאער פֿון דער מדבר ,און זײ האָבן אָנגעטאָן
אָרעמבענדער אױף זײערע הענט ,און אַ שײנע קרױן אױף זײערע
קעפּ 43 .האָב איך געזאָגט אױף דער אַלט געװאָרענער אין ניאוף: