Page 68 - Yekhezkel
P. 68
יחזקאל
און לײג אױך אָן בײנער אונטער דעם;
מאַך זידן ז ַײן זידונג,
אַפֿילו ז ַײנע בײנער זאָלן צעקאָכט װערן אין אים.
6פֿאַר װאָר ,אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר:
װײ די בלוטיקע שטאָט ,דער טאָפּ װאָס ז ַײן קױט איז אין אים,
און ז ַײן קױט איז פֿון אים ניט אַרױס!
שטיקערװ ַײז ,שטיקערװ ַײז נעם עס אַרױס;
ניט געװאָרפֿן װערן זאָל צו מאָל גורל דערױף.
7װאָרום איר בלוט איז אין איר מיט,
אױף אַ גלאַטן פֿעלדז האָט זי עס אַרױפֿגעטאָן;
זי האָט עס ניט געגאָסן אױף דער ערד,
צו פֿאַרדעקן דערױף שטױב.
8כּדי אױפֿצוברענגען דעם גרימצאָרן,
כּדי צו נעמען נקמה,
האָב איך אַרױפֿגעטאָן איר בלוט אױף אַ גלאַטן פֿעלדז,
אַז עס זאָל ניט פֿאַרדעקט װערן.
9דרום האָט גאָט דער האַר אַזױ געזאָגט:
װײ די בלוטיקע שטאָט!
איך אױך װעל גרױס מאַכן דעם הױפֿן.
10מער דאָס האָלץ,
צינד אָן דאָס פֿ ַײער,
צעגענץ דאָס פֿלײש,
און קאָך דאָס געקעכטס,
אַז די בײנער זאָלן צעברענט װערן.
11און לאָז אים שטײן אױף ז ַײנע קױלן אַ לײדיקן,
כּדי ער זאָל דערהיצט װערן,
און ז ַײן קופּער זאָל צעברענט װערן,
און צעשמאָלצן װערן זאָל אין אים ז ַײן אומרײנקײט,
ז ַײן שמוץ זאָל פֿאַרלענדט װערן.
12די כּוחות האָט ער פֿאַרמאַטערט,
אָבער ז ַײן פֿיל שמוץ גײט פֿון אים ניט אַרױס –
דער געשטאַנק פֿון ז ַײן שמוץ.
13פֿון װעגן ד ַײן שענדלעכער אומרײנקײט,
װ ַײל איך האָב דיך גערײניקט,
און ביסט פֿון ד ַײן אומרײנקײט ניט רײן געװאָרן,